Oyneg Shabes

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

  • Print
  • Share Share

איבערן פּלויט

אַ רוסישער פּאָליציאַנט האָט געפֿירט אַ ייִדישן פֿאַרברעכער צו דער תּפֿיסה. אויפֿן וועג זײַנען זיי פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ פּלויט, וואָס האָט זיך געגרענעצט מיט אַן אַנדער מדינה, וווּ דער פֿאַרברעכער וואָלט געקאָנט זײַן פֿרײַ. רופֿט זיך אָפּ דער ייִד:

— טו מיט מיר וואָס דו ווילסט, נאָר וואַרף מיך ניט אַריבער איבערן פּלויט!

דער פּאָליציאַנט איז געוואָרן שטאַרק אויפֿגעבראַכט.

— אַ חוצפּה פֿון אַ ייִדן! — האָט ער אויסגעשריִען. און דערבײַ האָט ער אויפֿגעהויבן דעם פֿאַרברעכער מיט ביידע הענט און אים אַריבערגעוואָרפֿן איבערן פּלויט.


זי וויל ניט ווערן ייִנגער

עס ווערט דערציילט, אַז ווען אַנטשל ראָטשילדס מוטער איז אין עלטער פֿון 95 יאָר קראַנק געוואָרן, האָט זי דעם דאָקטער געבעטן, אַז ער זאָל טאָן אַלץ וואָס איז נאָר מיגלעך איר צו העלפֿן צוריק געזונט ווערן. דער דאָקטער האָט זי באַטראַכט און צו איר געזאָגט: „וואָס קאָן מען טאָן, מע ווערט ניט ייִנגער‟.

האָט זי אים געענטפֿערט:

— ווער וויל דען ווערן ייִנגער? איך וויל ווערן עלטער!


דער באַזיגטער

אַן אורח אין אַ געוויסן שטעטל האָט געהערט ווי די אײַנוווינער באַרימען זיך מיט זייער שטאָטליגנער, אַז ער קען ממש צונויפֿשטעלן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט. רופֿט זיך אָפּ דער אורח: „וועדליק די ליגנס, וואָס איר דערציילט מיר, אַז ער זאָגט, זע איך, אַז ער הייבט ניט אָן צו קומען צו דעם גרויסן ליגנער פֿון מײַן שטעטל, בײַ וועמען ער מעג די שיך פּוצן‟.

ווען דער שטעטלשער ליגנער האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך געפֿילט געטראָפֿן און ער האָט באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן אין דעם שטעטל, פֿון וואַנען דער אורח האָט געשטאַמט, און זיך אַליין באַקענען מיט יענעם ליגנער. ווען ער איז אַהין אָנגעקומען און האָט אויסגעפֿונען, וווּ יענער לינגער וווינט, איז ער גלײַך אַהין אַוועק, אָבער ווען ער איז אַרײַן אין שטוב, האָט ער דעם ליגנער ניט געטראָפֿן, נאָר זײַנע אַ קליינע טאָכטער. אויף זײַן פֿראַגע „וווּ איז דײַן טאַטע?‟ גיט דאָס מיידעלע אַ זאָג:

— עס איז בײַ אונדז אין שטעטל אַראָפּגעפֿאַלן אַ שטיק הימל, איז מײַן טאַטע געגאַנגען עס פֿאַרריכטן.

— אויב אַזוי, — זאָגט דער ליגנער, — דאַרף איך שוין דײַן טאַטן ניט זען…

און ער איז צוריק אַהיימגעפֿאָרן.


אַ גילגול פֿון אַ נאָמען

אין אַ שטעטל אין אוקראַיִנע איז געווען אַ למדן און אַ ווערטלזאָגער מיטן נאָמען בערל פּעסאָק.

האָט מען אים אַ מאָל געפֿרעגט ווי עס קומט צו אים דער פֿאַמיליע־נאָמען פּעסאָק. האָט בערל דערויף געענטפֿערט אַזוי:

— מײַן צווייטער נאָמען איז טאַקע אַ גילגול פֿון מײַן ערשטן נאָמען: בערעל לייגט זיך אויס פּונקט ווי לעבער. לעבער איז „כּבֿד‟ אין העברעיִש. „כּבֿד‟ איז אויך דער טײַטש שווער. שווער מיינט געבן אַ „שבֿועה‟. „שבֿוע‟ מיינט אַ וואָך. וואָך איז „חול‟ אין העברעיִש. „חול‟ איז אויך דער טײַטש זאַמד. און זאַמד איז אויף אוקראַיִניש „פּעסאָק‟. אַזוי איז פֿון מײַן ערשטן נאָמען בערל אַרויס אַ גילגול פֿון מײַן צווייטן נאָמען פּעסאָק — גאָר פּשוט.