אין ציבריקע האָבן די בעל־עגלות, פֿאָרנדיק פֿון דער סטאַנציע צוריק אין שטעטל, זיך אָפּגעשטעלט בײַ מאָטין צו כאַפּן אַ “דעך”. די פֿערד האָט מען געגעבן אַ בראָץ הײ און אַלײן איז מען אַרײַנגעגאַנגען, אױך װער ס׳האָט געװאָלט פֿון די פּאַרשױנען, צו מאָטין אין קרעטשמע עפּעס איבערכאַפּן.
מאָטיס װײַב, שׂרה, האָט אָנגעגרײט פֿעטע ראָסלפֿלײשן, געזאָטענע אײער, לאַדישעס מיט סמעטענע, כּדי דער עולם זאָל זיך קענען אונטערלענען דאָס האַרץ.
די בעל־עגלות מיט די שמײַסערס האָבן זיך דאָ צעלײגט אױף אַ הײמישן אופֿן, געגעסן בהרחבֿה מיט די פֿולע הענט אין בלאָטע, די ממזרישע אױגן האָבן געבלישטשעט אונטער די גראָבע קוטשמעס; װײַסע גרױסע צײן האָבן צעריבן די קוענע בײנער פֿונעם און פֿון די פֿירעקעכדיקע טונקעלע פֿלעשער האָט זיך געגאָסן רױטער געדיכטער װײַן אין גלעזער, און דערנאָך מיט אַ ציק אַרײַנגעגולגעט אין די העלדזער, װוּ דער קנאָפּ פֿונעם גאָרגל האָט זיך בײַ יעדן גולגע אונטערטעניק צוריקגעצױגן.
פֿון די פּאַרשױנען, װאָס זענען געזעסן אין די שטױב־מאַנטלען, האָבן אײניקע צוגעביסן, אַנדערע זענען געזעסן גלאַט אַזױ, נאָר אַלע זענען שױן געװען נערװעז און געריסן שטיקער פֿון די בעל־עגלות זײ זאָלן פֿאָרן.
און זײ, בעל־עגלות, האָבן ניט געזאָגט נײן, נאָר מ׳האָט זיך ניט גערירט פֿונעם אָרט און זיך פֿאַרקאַטשעט צו מאַכן די אמתע כּוסע, װײַל הײַנט האָט מען געפּאַקט אַ “טעלעגענט” אַ װאָיאַזשאָרל, װאָס איז געפֿאָרן פֿון װיסאָצקיס טײפֿירמע, און מ׳האָט אױף זײַן בײַטל געסילעט אַ שטאָף נאָך אַ שטאָף.
אױפֿן דיװאַן מיט קאָניקעס, אַרײַנגעקלאַפּט אין דער ערד, איז געזעסן צעשפּרײט מיט בײדע רגלים מאָטי, אַ ייִד מיט אַ ברײטן בױך און מיט אַ קודלעװאַטער באָרד און אַ רױטן באַװאַקסענעם האַלדז פֿול אין שטױב, גערײכערט שטאַרקן טוטון און געװיזן דורכן פֿענצטער אױף דער זון, אַז זי איז נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט.
די גאַנצע צײַט איז געזעסן אַ שװאַך װײַבל אױפֿן װאָגן אין הױף פֿון דער קרעטשמע. זי האָט ניט געװאָלט אַראָפּקריכן פֿונעם אָרט, מײנענדיק דערמיט צו צװינגען די בעל־עגלות זײ זאָלן זיך צואײַלן. אַז די סעודה האָט אַזױ לאַנג געדױערט, האָבן זיך אַרײַנגעהערט אירע קולות צו די שמײַסערס:
װוּ זענט איר דאָרט? שעמען מעגט איר זיך אין אײַער װערעמדיק פּנים, איך זיץ קױם אײַן, דער קאָפּ דרײט זיך, נאָר אױף אַנידערצופֿאַלן, איך װאָלט מיך שױן גערן געזען אין דער הײם און זײ האָבן זיך איצט גענומען זשליאָקען װײַן…
נאָר דערפֿאַר, אַז מ׳איז אַרױסגעפֿאָרן פֿון ציבריקע, האָט מען געװוּסט, אַז מע פֿאָרט. דער װײַן האָט זיך געלאָזט “הערן”. אַ קװיטש, אַ רעװע האָט זיך אַרױסגעריסן פֿון יעדן שמײַסערס געמבע; און באַלד האָט עס אַ װינטל אונטערגעכאַפּט און פֿאַרטראָגן איבער אַלע װײַטקײטן פֿון דעם ברײטן פֿעלד. זעכצן פֿערדישע פֿיס בײַ יעדן װאָגן האָבן געטאָפּעט און געשװעבט װי די שרעטעלעך, און געיאָגט װי די רוחות. די פּאַרשױנען האָבן זיך נאָכגיביק געהױדעט אין װאָגן און זיך אָנגעכאַפּט בײַ יעדן קרומען דרײ פֿון ראָד אין די זײַטלעך פֿונעם זיץ. און אין דער לױפֿערײַ און קװיטשערײַ האָט װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק פּלוצלינג אָנגעהױבן זינגען “יענטעלע, דו שכנה מײַנע”. אַז װעלװעלע האָט זיך גענומען זינגען, האָבן די פֿערד אָנגעהױבן צו גײן פּאַמעלעך, ווײַל וויפֿל ס׳איז געפֿאָרן בעל־עגלות, זענען זיי די כּפּרה געוואָרן צו הערן װעלװעלען זינגען. אַלע פּאַרשױנען האָבן געעפֿנט מױל און אױערן. די שמײַסער־יונגען האָבן געדרײט מיט די קעפּ און באַקומען די “פּאָפּלעקסיע” נאָך זײַנע לידער. בײַ די װײַבער האָבן זיך געשטעלט טרערן אין די אױגן. אַפֿילו, מאָלט אײַך, גױים, פֿלעגן אַװעקפּגרן, און דער רוח האָט זײ גענומען נאָך זײַן זינגען.
און אַז מ׳איז געקומען צו בודײער באַרג אַרױף און מ׳איז געפֿאָרן פּאַװאָליע, האָט װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק אױסגעדרײט דעם קאָפּ צום װאָיאַזשאָר, װאָס איז געזעסן בײַ אים אױפֿן װאָגן, און אים אָנגעהױבן דערצײלן מיט אַזאַ תּחנונימדיק לשון, װי ער איז גאָר געװען אַלײן אַ שניטקרעמער, אַן אײגענע שניטקראָם געהאַט, און פֿאַרװאָס גאָט האָט אים אַזױ געשטראָפֿט, װײסט ער ניט. אױף װאָס ער איז איבערגעקומען — צו זײַן אַ פּשוטער בעל־עגלה. די פּאַרשױנען און דער עיקר, די שמײַסערס אױף די קעלניעס, װאָס זענען געפֿאָרן פֿון אונטן, האָבן זיך געהאַלטן בײַם בױך פֿון געלעכטער, זיך געשטורכעט אײנס ס׳אַנדערע מיט די בײַטשן און געװוּנקען גנבֿיש אױף װעלװעלען.
אָבער װעלװעלע דערצײלט אַזױ פּאַמעלעך, ערנסט און פֿאַרזאָרגט, מיט אַלע פּישטשעװקעס, װי אַזױ ער איז עס געװען אַ שניטקרעמער, און אױף װאָס ער איז עס איבערגעקומען.
דער װאָיאַזשאָר, ניט קײן שלעכט מענטשל, זעט אױס, האָט זיך אָנגעבױגן און זיך אײַנגעהערט מיט מיטלײַד, װי װעלװעלע האָט אים דערצײלט זײַנע צרות, װי אַזױ ער איז אַראָפּ פֿון דער מדרגה.
אױף װאָס פֿאַר אַ סמך האָט װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק דערצײלט, אַז ער איז געװען אַ שניטקרעמער?
מיט עטלעכע יאָר צוריק זענען אים אין אַ זומער אַװעקגעפּגרט צװײ פֿערד, דאָס יאָר האָט זיך געשטעלט אַ שלעכטס, קײן פּרנסה איז ניט געװען, איז זיך מײשבֿ װעלװעלע און שלאָגט בלאָק מיט נאָך צװײ גנבֿים, און מע ברעכט אין אַ נאַכט אױס דעם שלאָס פֿון מרדכי קופּערס מאַנופֿאַקטור־געשעפֿט אױפֿן נײַעם מאַרק, און מע באַרײניקט די קלײט, און מע מאַכט מרדכין “יבֿש”. איז אָבער געװעזן אין שטעטל אײנער אַ פּעטרענקאָ אוריאַדניק, נישט קײן פֿאַרשלאָפֿענער גױ, האָט ער ניט גערוט, און ביז נאַכט האָט מען װעלװעלען מיט די אַנדערע צװײ גנבֿים אױף קאַפּרעשטער װעג געפּאַקט מיט דער גנבֿה. האָט מען זײ אַװעקגעשיקט אין קײטלען אין אַסטראָג אַרײַן, און דער סוף איז געװעזן, אַז װעלװעלע איז אָפּגעזעסן פֿיר יאָר אין דער “ראָטע”. פֿון דעמאָלט אָן, איז די געשיכטע געװאָרן אַ מיטל אױף אונטערצוציִען אַ “טעלעגענט”.
ס׳איז שװער ביז מ׳זעט זיך בײַ אים אין װאָגן, װײַל אַזאַ “קאַטאָרזשאַן”, װי ער, אױף אױסצומאָנען אַ פּרײַז בײַ אַ פּאַסאַזשיר, איז ניטאָ דער צװײטער. אַז מ׳קריכט אַראָפּ פֿונעם צוג אױף דער סטאַנציע און מ׳דערזעט װעלװעלען, װערט קיל אין פּופּיק. ניט אײן בכּבֿודיקער ייִד פֿונעם שטעטל האָט שױן שבת געהאַלטן בײַ חײם־דודן אין אײַנפֿאָר, װײַל װעלװעלע האָט געשטעלט אַ פּרײַז פֿאַר אַן אױבנאָן אין פֿאַעטאָן, האָט מען באַדאַרפֿט זײַן אַן אָנזעצער מ׳זאָל אים געבן.
און אַ פּיסק פֿאַרמאָגט ער, זאָל מען אַזױנס ניט הערן. דעם גרעסטן װעט ער מאַכן מיט דער בלאָטע. ס׳איז ניט פֿאַראַן בײַ אים קײן עלטערס און קײן קלענערס — נאָר אַז מ׳זעט זיך שױן בײַ אים אין װאָגן, װײסט מען נישט װוּהין דער װעג קומט אַהין.
נאָר, אַז די חבֿרה װילן נעמען װעלװעלען אױף דער העצקע, דערמאָנט מען אים דעם “קדיש”, װאָס ער האָט געהאַלטן אױף דער מוטערס קבֿר. אַז װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיקס מוטער איז געשטאָרבן, און ער האָט באַדאַרפֿט בײַם קבֿר זאָגן דעם ערשטן “קדיש”, איז געװען אַ חוכא־וטלולא. מ׳האָט אים אױפֿגעמישט דעם “קדיש” אין אַ סידור מיט אותיות װי עוג־מלך־הבשן די גרײס, איז ער פֿאַרבאַלאַמוטעט געװאָרן און האָט קײן װאָרט “עבֿרי” ניט געקענט זאָגן.
אַז ער האָט זיך איצט אַזױ צעלייגט מיט דער מעשׂה, װי ער איז אַראָפּ פֿון דער מדרגה און איז פֿון אַ שניטקרעמער געװאָרן אַ בעל־עגלה, האָבן אים די חבֿרה אַ שטאָך געטאָן מיט דעם “קדיש”.
װען מ׳שיסט אים אַרײַן אַ קױל אין האַרצן — איז אים גלײַכער. ער האָט באַלד פֿאַרלױרן דאָס לשון, זיך אױסגעדרײט מיטן פּנים צו די פֿערד, זײַן פּנים איז געװאָרן פֿאַרװאָלקנט און גלײַך װי ס׳איז גאָרנישט דער װעלװעלע.
אין אַזאַ טאָג, אַז ער קומט אָן פֿאַר פֿרי פֿון דער סטאַנציע און טרעפֿט זײַן שימענקען אין דער הײם, ניט אין חדר, איז דאָס ייִנגל ניט זיכער מיטן לעבן. ס׳האָט זיך שױן געמאַכט אײן מאָל, אַז ער האָט אין אַ טאָג, אַהײם קומענדיק פֿון דער סטאַנציע, געטראָפֿן אים אין דער הײם ניט אין חדר, עגניאָטעװעט מיט דער בײַטש, אַז אַ האַלבע גאַס איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן אױפֿן ייִנגלס געװאַלדן, און װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק האָט געריסן פֿון אים שטיקער און געשריגן:
אַ צרעת אין דײַן בראַנדיקן פּיסק! פֿױלן זאָלסטו! ביסט קראַנק צו זיצן אין חדר און לערנען תּורה מיט עבֿרי, מיט רש״י?! אַ “טשאָבאַן”* װילסטו אױסװאַקסן?!
אָבער שימעק, װאָס זעט אַלע טאָג מיט זײַנע אױגן פֿיר פֿערד אײַנגעשפּאַנט אין פֿאַעטאָן צי אין װאָגן, פֿילט דעם געשמאַקן ריח פֿון שמעקנדיקן הײ, האַלט מיט זײַנע הענט עטלעכע פּאָר לעדערנע װאָשקעס, און טראָגט אונטער מיט זײַנע הענט די רימענעס מיט די גלעקלעך דעם פֿאָטער אָנצוטאָן די פֿערד — גײט אים אָן די גאַנצע תּורה מיט דער רש״י, מיט עבֿרי אין דער לינקער פּאה. דער רבי פֿלעגט נעבעך זיך אַװעקלײגן, װײַל לײַטישער פֿון אַלע בכּבֿודיקע בעלי־בתּים — פֿלעגט ער זאָגן — צאָלט אים שׂכר־לימוד, און צו דער צײַט, דװקא װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק, פֿלעגט ער מיט אים שװיצן אַ גאַנצע װאָך איבער אַ פּרשה־חומש, נאָר גײ, — טענהט דער רבי — אַז ס׳איז אַן עץ־ואבֿן, אַ שטיקל האָלץ, אַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ.
און װען דעם קלײנעם שימקען האָט שױן אַזױ דערגעסן דאָס חדר, אַז די שׂינאה צום ספֿר האָט גובֿר געווען דעם פּחד פֿאַר דעם פֿאָטערס קלעפּ, און די ליבע צו דער עגלה האָט אים קײן רו ניט געגעבן, איז ער אין אַ טאָג אַנטלאָפֿן פֿונעם חדר, געלאָפֿן צװײ װערסט אַרױס דער שטאָט. זײַן חשבון איז געווען, אַז דער פֿאָטער װעט דורכפֿאָרן מיט דער פֿור און װעט אים דאָ דערזען, װעט ער אים שױן מיטנעמען צו דער סטאַנציע. דאָס ייִנגל איז געשטאַנען אין אומגעדולד אױפֿן שליאַך. דאָס הערצל האָט אים גוט געטיאָכקעט, װײַל אױף זײַן לײַב האָט ער ניט אײן צעבאַלט אָרט געהאַט פֿון דעם פֿאָטערס קלעפּ. אָבער דער גרױסער חשק צו פֿאָרן מיטן טאַטן אױף דער קעלניע האָט אים געמאַכט פֿאַרגעסן אין זײַנע װײטיקן.
װען ס׳האָבן זיך דערהערט די גלעקלעך, איז דאָס ייִנגל געװאָרן געל און בלײך און אַלערלײ קאָלירן, און האָט מיט צװײ גרױסע צעשראָקענע אױגן געקוקט אין דער לופֿט, װי געבעטן זיך רחמים בײַ דעם װינט. װען דער װאָגן האָט זיך דערנענטערט און ער האָט דערזען איצט דעם פֿאָטער, איז ער געװאָרן ניכטער פֿון זײַן שיכּרות צו דער עגלה און האָט אָנגעהױבן אַנטלױפֿן.
קום אַהער, שימעקל, קום אַהער! — האָט װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק אים נאָכגעשריגן, און מיט אַזאַ צאַרטקײט אין קול, אַז דאָס ייִנגל האָט פֿאַרלױרן יעדן פּחד און איז געקומען צו לױפֿן.
אַזױ װי ער איז צוגעקומען צום װאָגן, האָט װעלװעלע באַלד אַ לײג געטאָן אױף אים די האַנט, אים אױסגעשטרעקט אַ פּאַטש, אַז די סימנים פֿון די פֿינגער זענען געבליבן שטײן אױף דער באַק.
שטײ, זאָג איך! — האָט ער אַ יעכץ געגעבן.
דאָס ייִנגל האָט אָנגעהױבן ציטערן, װי אַ בלאַט אױף אַ בױם, און אַלע פּאַרשױנען זענען געשטאָרבן געװאָרן פֿאַר מורא. מ׳האָט געזען פֿאַר זיך אַ צעװילדעװעטע חיה, װאָס איז גרײט דורס צו זײַן, בלוט צו פֿאַרגיסן.
ער האָט געלאָזט שטײן דעם װאָגן מיט אַלע פּאַרשױנען אין מיטן פֿעלד, שימעקן אַרױפֿגעלײגט צו זיך אױף די פּלײצעס, דעם ייִנגלס געװאַלדן און קולות זענען געגאַנגען עד־לבֿ־השמים. ער האָט זיך געװאָרפֿן און געפּאָרפּלט, װי אַ געשאָסענער פֿױגל. װעלװעלע האָט אים צוגעדריקט מיט בײדע הענט בײַ די פֿיס און געיאָגט שנעל צוריק אין שטעטל, שרײַענדיק הײזעריק און פֿאַרביטערט:
אױב דו װילסט ניט לערנען, אַ טױט אױף דיר, אַ פּגירה אױף דײַנע בײנער, האָב איך דיך טיף אין דער ערד. אַ גױ װילסטו זײַן? אַ גױ װי דער טאַטע דײַנער? אַז ניט דערלעבן זאָל איך עס!
דאָס ייִנגל האָט געקװיטשעט, װי מ׳װאָלט אים אַ לעבעדיקן טראָגן אין קבֿר אַרײַן, און װעלװעלע האָט אים געגעבן יעדן מאָל מיט אײן האַנט אין די זײַטן אַרײַן און געשריגן:
גיכער זאָלסטו אײַננעמען אַ מיתה־משונה! גיכער זאָל איך געהרגעט װערן, גיכער זאָל אַ דונער אַרײַן אין מײַנע בײנער, אײדער איך זאָל אױסכאָװען אַזאַ גױ װי איך!
און װען װעלװעלע האָט שימקען געבראַכט צום רבין, האָט ער אָקאָרשט ניט געװײנט פֿאַר אים, װי אַ קלײן קינד, און זיך געבעטן:
רבי! — װי גאָט איז אײַך ליב, פּאַסעס זאָלט איר רײַסן פֿון דעם ממזרוק! שינדן שטיקער, װי װײַט איר קענט, נאָר װי גאָט איז אײַך ליב, ער זאָל חלילה נישט פֿאַרבלײַבן אַזאַ גױ װי זײַן טאַטע!… געלט? װיפֿל איר װילט, נאַט אײַך געלט, נאָר זעט, רבי, ער זאָל קענען לערנען און זאָל זײַן אַ ייִד!…
און װען װעלװעלע פֿאַעטאָנטשיק איז געלאָפֿן “טשװאַליאָם” צוריק צום װאָגן מיט די פּאַרשױנען, זענען אים אַראָפּגעפֿאַלן צװײ קלײנע טרערן פֿון די אױגן אין שטױב פֿון דער באָרד.
* “טשאָבאַן” — פּאַסטעך
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.