אַ סך פֿון די באַװוּסטע מענטשן זײַנען אױף דער עלטער געװאָרן גרױסע קונדסים. עס װײַזט אױס, אַז קינדװײַז האָבן זײ ניט געהאַט קײן צײַט אױף כּלערלײ שפּיצלעך און שטותים, און איצט, װען זײ זײַנען געװאָרן באַרימט און אומאָפּהענגיק, האָט די באַהאַלטענע קונדסישע שׂימחה דורכגעריסן די עטיקעט־מחיצה און אַרױסגעשפּרונגען אױף דער פֿרײַ.
אַלבערט אײַנשטײן האָט פּלוצעם אָנגעהױבן אַרױסשטעקן די צונג און „מאַכן אַ נאָז‟; סאַלװאַדאָר דאַלי האָט ליב באַקומען אונטערלײגן אַ לעבעדיקע זשאַבע אין יענעמס טעלער; אַרטור שאָפּענהאַוער פֿלעגט אָנשיטן אַ ביסל לאַקסיר־מיטל אין קאַװע פֿון יענע פֿרױען, װעלכע פֿלעגן דערגײן אים די יאָרן מיט דער פֿראַגע: „פֿאַר װאָס זענט איר ניט קײן חתונה געהאַטער?‟, מאַרק טװיין האָט ליב געהאַט צו שפּילן אין סנוקער (ביליאַרדן), אָבער נאָר מיט זיך אַלײן; דן בן־עמוץ האָט שפּאַצירט איבער די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן, אָנגעטאָן אין אַן אַראַבישער נאַכטהעמד…
די רשימה פֿון די באַװוּסטע קונדסים איז זײער לאַנג, נאָר עטלעכע פֿון די גאונישע שפּיצלעך זײַנען אױף אײביק פֿאַרשריבן געװאָרן אין דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿון קונסט.
דער גרױסער עסטרײַכישער קאָמפּאָזיטאָר יאָזעף הײַדן איז געקומען אין לאָנדאָן צו אַרבעטן װי אַ דיריגענט. אין גיכן האָט ער באַמערקט, אַז אַ טײל פֿונעם לאָנדאָנער פּובליקום קומט אױף זײַנע קאָנצערטן ניט הנאה צו האָבן פֿון דער מוזיק, נאָר לטובֿת דער נאַרישער אַריסטאָקראַטישער טראַדיציע. עטלעכע פֿון די כּסדרדיקע צוהערער פֿלעגן אַנטשלאָפֿן װערן שױן בײַם אָנהײב פֿונעם קאָנצערט, און זײער כראָפּען האָט געשטערט הײַדנען צו דיריגירן. הײַדן איז אַרױס פֿון די כּלים און האָט צוגעטראַכט אַ קונסט־שפּיצל — ספּעציעל פֿאַרן לאָנדאָנער פּובליקום האָט ער אָנגעשריבן אַ נײַע סימפֿאָניע, װעלכע ער האָט אָנגערופֿן „אַ סורפּריז‟. אַ סימפֿאָניע, װי אַלע אַנדערע סימפֿאָניעס… נאָר װאָס?… פּונקט אינעם קריטישן מאָמענט, װען די ליבהאָבער פֿון אַ כראָפּע טאָן פֿלעגן אָנהײבן צו שטערן דעם אָרקעסטער, האָט זיך געלאָזט הערן אַ דונער פֿון אַ שרעקלעכן זעץ אין די ליטאַװרען. און אַזױ יעדעס מאָל, װען עמעצער פֿון די צוהערער פֿלעגט אָנהײבן צו כראָפּען. פֿון דעמאָלט אָן הײסט די־אָ סימפֿאָניע „אַ סימפֿאָניע מיט ליטאַװרען־פּױקערײַ‟.
אַן אַנדער פֿאַל: דער אַלטער יאָזעף הײַדן איז געזעסן אין זײַן װינער הױז, װען פּלוצעם איז צו אים געקומען אַ גאַסט — אַ קצבֿ. ניט קײן פּשוטער קצבֿ, נאָר, װי עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַ גרױסער קענער פֿון הײַדנס מוזיק. „מאַעסטראָ, — האָט אָנגעהױבן דער קצבֿ, — איך בין אַ פּשוטער קצבֿ און אײַער קעכין קױפֿט כּסדר בײַ מיר פֿלײש. איבערמאָרגן איז די חתונה פֿון מײַן אײנציקער טאָכטער. ביטע, מאַעסטראָ, שרײַבט מיר אָן אַ שײנעם מענועט…‟
הײַדן האָט זיך צעלאַכט, אָבער אין אַ טאָג אַרום האָט ער איבערגעגעבן דעם קצבֿ די נאָטן פֿון אַ נײַעם מינועט. אין אַ פּאָר טעג אַרום, װען מאַעסטראָ איז געזעסן בײַם טיש און געאַרבעט, האָט ער פּלוצעם דערהערט אונטער זײַנע פֿענצטער אַ װילדן געברום פֿון אַ בוהײַ און אַ קאַקאַפֿאָניש שפּילן פֿון אַ גאַסן־קאַפּעליע — די חבֿרה האָבן „געשפּילט‟ זײַן נײַעם מענועט. לעבן דער קאַפּעליע איז געשטאַנען דער גליקלעכער קצבֿ מיט זײַן טאָכטער און דעם פֿריש געבאַקענעם אײדעם, און לעבן זײ — אַ ריזיקער שװאַרצער אָקס מיט באַגילדענע הערנער.
„אײַער כּבֿוד, — האָט זיך פֿאַרבוקט דער קצבֿ פֿאַרן מאַעסטראָ, — איך בין אַ פּשוטער מענטש און אָט בין איך געקומען אױסצופֿילן מײַן חובֿ: איך װיל אײַך באַדאַנקען פֿאַרן פּרעכטיקן מענועט. איך שענק אײַך פֿונעם גאַנצן האַרצן דעם שענסטן פֿון מײַנע אָקסן; און איך האָף, אַז איר װעט הנאה האָבן פֿון מײַן מתּנה, פּונקט אַזױ װי מיר האָבן הנאה געהאַט פֿון אײַער נײַעם מענועט.‟
איך מײן, אַז עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז פֿון דעמאָלט אָן האָט דער דאָזיקער מינועט געקראָגן אַ נײַעם נאָמען — „אַן אָקסן־מענועט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.