אַ ייִד קלאַפּט אָן אין מיטן דער נאַכט פֿון ערבֿ־יום־כּיפּור בײַם דאָזאָר (כּלל־טוער) אין שטעטל.
אַ דערשראָקענער און אַ פֿאַרשלאָפֿענער קומט דער דאָזאָר צו דער טיר און פֿרעגט דעם ייִדן:
— וואָס איז געשען?
— איך בין געקומען, — זאָגט דער ייִד, — אײַך בעטן, איר זאָלט מיר מוחל זײַן!
— וואָס האָט איר מיר דען געטאָן פֿאַר אַ שלעכטס, וואָס איך דאַרף אײַך מוחל זײַן?
— איך האָב אויף אײַך שטענדיק געזאָגט, אַז איר זענט אַ רשע מרושע, אַן אויסוואָרף, בעט איך אײַך איר זאָלט מיר מוחל זײַן!
— נו, גוט, — זאָגט דער דאָזאָר, — כ’בין אײַך מוחל! אָבער פֿאַר וואָס זענט איר צו מיר ניט געקומען אין דער פֿרי, נאָר דווקא אין מיטן דער נאַכט?
— די מעשׂה איז אַזוי, — פֿאַרענטפֿערט זיך דער ייִד, — איך האָב מורא געהאַט, אַז אין דער פֿרי וועל איך מיך נישט קאָנען דערשלאָגן צו אײַך, ווײַל עס וועט זײַן אַ גרויסע ריי פֿון די אַנדערע ייִדן אין שטעטל, וואָס האָבן דאָס זעלבע געזאָגט אויף אײַך.
שטייט אַ ייִד מיט אַ פֿאַרבונדענער באַק בײַ אַ טיר פֿון אַ דאָקטערס קאַבינעט און קוקט זיך אַרום. גייט פֿאַרבײַ אַ פֿרוי. פֿרעגט דער ייִד:
— דאָ וווינט דאָס דער ציינדאָקטאָר?
— ניין, מײַן ליבער ייִד, — ענטפֿערט די פֿרוי, — דאָ רײַסט מען די הויט, ציינער רײַסט מען צוויי הײַזער ווײַטער.
אַ מגיד קומט אַ מאָל אין אַ שטעטל צו האַלטן דאָרט שבת אַ דרשה. שטעלט ער אָפּ אַ ייִדן אין גאַס און פֿרעגט אים:
— וווּ וווינט ערגעץ אײַער ראָש־הקהל?
— וואָס? — מאַכט דער ייִד, — איר זוכט דעם ניבֿזהניק, דעם פּראָצענטניק? ער וווינט אין דער פֿערטער גאַס פֿון דאַנען.
דער מגיד גייט ווײַטער, שטעלט אָפּ אַ צווייטן ייִדן מיט דער זעלבער פֿראַגע, ענטפֿערט דער צווייטער:
— אָ, איר דאַרפֿט האָבן דעם אויסוואָרף, דעם טרייפֿניאַק? ער וווינט אין דער צווייטער גאַס פֿון דאַנען.
אַן ענלעכן ענטפֿער האָט דער ייִד באַקומען פֿון אַנדערע ייִדן, און ווען ער איז שוין אַרײַנגעקומען צום ראָש־הקהל, קומט אים אויס צו פֿרעגן:
— וואָס פֿאַרדינט איר עפּעס פֿאַר אײַער אַרבעט וואָס איר טוט אויף פֿאַרן שטעטל?
— חס־וחלילה! — ענטפֿער דער ראָש־הקהל, — אַלץ וואָס איך טו, טו איך נאָר פֿון כּבֿוד וועגן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.