Oyneg Shabes

ייִדישע גנבֿים

Jewish Thieves

  • Print
  • Share Share

‬איר מעגט זײַן זיכער

אין אַ ייִדישער שטאָט איז געווען אַ מינהג, אַז ווען אַ גבֿיר פֿלעגט מאַכן אַ חתונה, פֿלעגט ער דינגען ברוכלען, אַ שטאַרקן חבֿרה־מאַן, צו היטן די זאַכן פֿון די געסט, אַז מע זאָל זיי ניט צוגנבֿענען. איין מאָל, בײַ אַזאַ חתונה, האָט זיך געמאַכט, אַז ס׳איז שוין געווען שפּעט אין אָוונט און ברוכל האָט זיך נאָך ניט באַוויזן. דער גבֿירישער מחותּן איז אַליין אַוועק צו אים — און האָט אים גאָר געטראָפֿן שלאָפֿן. וועקט אים אויף דער גבֿיר און זאָגט צו אים:

— סטײַטש, ברוכל, אַלע געסט זײַנען שוין דאָ, הײַנט ווי אַזוי קאָן מען זייערע זאַכן לאָזן אויף הפֿקר?

— נאַרישער ייִד, וואָס איר זענט, — ענטפֿערט ברוכל געלאַסן, — אַזוי לאַנג ווי איך שלאָף, מעגט איר זײַן זיכער, אַז בײַ אײַך אין הויז וועט קיין גנבֿה ניט געשען.


מען טאָר ניט חושד זײַן

וועגן דעם ציוניסטישן פֿירער שמריה לעווין דערציילט מען, אַז ער האָט אַ מאָל געזאָגט: אַ ייִד טאָר מען ניט חושד זײַן, אַז ער איז אַ גנבֿ. ער איז באַשטימט אַ גנבֿ…


‬אַ געוווינהייט

אַ גנבֿ איז אַ מאָל געזעסן אין תּפֿיסה, פֿלעגט ער אַרויסציִען יעדע נאַכט פֿון זײַן קישעלע אַ ביסעלע שטרוי. ווען די מיטזיצערס האָבן אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער טוט דאָס, האָט ער געענטפֿערט:

— איך וויל ניט פֿאַרגעסן מײַן פֿאַך…


‬ציוניזם

דאָס וואָרט ציוניזם איז פֿון לשון „ציִען‟, ווײַל די מלוכה „ציט‟ (גנבֿעט) כּסדר.