Oyneg Shabes

ייִדישע קינדער־גראַמען

Yiddish Nursery Rhymes

  • Print
  • Share Share

כאָטש די ערשטע ביכער מיט קינדער־גראַמען (nursery rhymes בלע”ז) זײַנען אַרויס אין 18טן יאָרהונדערט, איז די דאָזיקע טראַדיציע פֿון זינגען מיט קינדער קורצע לידער מיט אַ פּעדאַגאָגישן אָדער פֿאַרווײַלערישן אינהאַלט זיכער אַ סך עלטער. ייִדן האָבן אויך אַזאַ טראַדיציע, כאָטש ס’רובֿ באַקאַנטע קינדער־לידער אונדזערע, ווי „אויפֿן פּריפּעטשיק‟ אָדער „דער רבי אלימלך‟, זײַנען פֿאַקטיש ניט קיין פֿאָלק־שאַפֿונגען, ווײַל די נעמען פֿון די מחברים (מ. מ. וואַרשאַווסקי און משה נאַדיר) זײַנען גוט באַקאַנט.

די ייִדישע טראַדיציע איז אַוודאי באַרײַכערט געוואָרן אין אַמעריקע דורכן קאָנטאַקט מיט דער ענגלישער קולטור, וווּ די קינדער־גראַמען שפּילן אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער דערציִונג פֿונעם קליינוואַרג. אַפֿילו אונדזערע חסידים, וואָס רעדן זיך אײַן, אַז זיי היטן אָפּ די אַלטע ייִדישקייט פֿון אייראָפּע, האָבן אַרײַנגענומען באַקאַנטע אַמעריקאַנער קינדער־גראַמען און זיי פֿאַרייִדישט.

מיר ברענגען אײַך אונטן פֿיר קינדער־גראַמען, צוויי איבערגעזעצטע פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל דורך הרבֿ זלמן סלאָוויק, און צוויי אָריגינעל־ייִדישע, וואָס זייער מחבר איז אונדז ניט באַקאַנט. די שפּראַך און די גראַמאַטיק האָבן מיר דאָ אַ ביסל אויסגעגלעט (געשריבן מאַלפּע פֿאַר „מאָנקי‟), אָבער אַ פּאָר כאַראַקטעריסטישע חסידיש־ייִדישע ווערטער זײַנען געבליבן: „פּיצי‟ פֿאַר פּיצל, קליין; „בובו‟ פֿאַר ווייטיק אאַז”וו. די לעצטע צוויי לידער קען מען אויך הערן אויף „יוטיוב‟.

די קליינע פּיצי שפּין

The Itsy Bitsy Spider

די קליינע פּיצי שפּין קריכט
אויף דער וואַסעררער.
קומט אַראָפּ אַ רעגן
און וואַשט אים פֿון אַהער.

קומט אַרויס די זון
און טריקנט אַלעס אָפּ,
און די קליינע פּיצי שפּין
קריכט נאָך אַ מאָל אַראָפּ.


צען קליינע מאַלפּעס

Ten Little Monkeys

צען קליינע מאַלפּעס
שפּרינגען אויפֿן גראָז.
איינע איז געפֿאַלן
און צעבראָכן זיך די נאָז.

די מאַמע רופֿט צום דאָקטער
דער דאָקטער זאָגט אַזוי:
„עס זאָלן מער נישט שפּרינגען
די מאַלפּעס אויפֿן שטרוי!‟

נײַן קליינע מאַלפּעס…
אַכט… זיבן… זעקס… פֿינף… פֿיר… דרײַ… צוויי… איין…

נישטאָ מער קיין מאַלפּעס
וואָס שפּרינגען אויפֿן גראָז,
ווײַל ס’האָבן אַלע מאַלפּעס
צעבראָכן זיך די נאָז!


לשון־הרע

שאַ שאַ שאַ שאַ נישט רעדן לשון־הרע,
אוי וויי וויי וויי וואָס פֿאַר אַ צרה,
נישט רעדן לשון־הרע אין קיין ייִדיש הויז,
די עבֿירה איז זייער, זייער גרויס,
אַלע קינדערלעך פֿון גרויס ביז קליין
דאַרפֿן דאָס געדענקען אַליין.


‬צער בעלי־חיים

צער בעלי־חיים, צער בעלי־חיים,
מע טאָר נישט מאַכן אַ „בובו‟ פֿאַר אַ חיה.
אויב מע מאַכט אַ „בובו‟ פֿאַר אַ חיה, פֿאַנגט עס אָן צו ווײַנען:
„אוי וויי, סע טוט מיר וויי, אוי וויי, סע טוט מיר וויי.
סע שטייט אין דער הייליקער תּורה,
מע טאָר נישט מאַכן אַ „בובו‟ פֿאַר אַ חיה.