פֿאַר קײנעם איז ניט קײן נאָװינע, אַז די קולטור־מינהגים פֿון אַ פֿאָלק שאַפֿן דעם יסוד פֿון דער נאַציאָנאַלער ליטעראַטור. אַפֿילו אַן אױבערפֿלעכלעכער איבערזיכט פֿון די קלאַסישע, װי אױך פֿון די מאָדערנע ליטעראַרישע שעדעװרס, באַװײַזט, אַז אין יסוד פֿון די בעסטע ליטעראַרישע װערק ליגן די פֿאָלקסטימלעכע מינהגים פֿון דעם אָדער יענעם פֿאָלק, און דער עיקר איז, אַז די פֿעלקער, װי אױך די גרױסע נאַציאָנאַלע שרײַבער, האָבן אױפֿגעהערט צו האַלטן די מינדלעכע פֿאָלקס־שאַפֿונג פֿאַר עפּעס אַ פּרימיטיװ אָדער עם־האמרציש װערק.
צום באַדױערן, האָט זײער לאַנג צװישן די ליטעראַטור־פֿאָרשער געהערשט אַ דעה, אַז די פֿאָלקס־שאַפֿונג איז בכלל ניט קײן ליטעראַטור, אָדער אַ ליטעראַטור פֿון אַ נידעריקן ניװאָ. די לעצטע הונדערט יאָר האָט די באַציִונג צו די פֿאָלקסטימלעכע מאָטיװן אין דער ליטעראַטור זיך געביטן ממש קאַרדינעל. כּדי צו זען דאָס, איז גענוג צו דערמאָנען די װערק פֿון די גרױסע שרײַבער פֿון דער לעצטער תּקופֿה: כאָרכע לויִס באָרכעס, גאַבריעל גאַרסיִאַ מאַרקעס, יצחק באַשעװיס, ש”י עגנון, מילאָראַד פּאַװיטש, אומבערטאָ עקאָ אאַז”װ.
איך מײן, אַז עס איז איבעריק צו רעדן װעגן דער ייִדישער קלאַסישער ליטעראַטור, די װערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י.ל. פּרץ זײַנען אַ בולטער מוסטער פֿון דער אָרגאַנישער אַבסאָרבציע פֿון די פֿאָלקסטימלעכע מאָטיװן אין דער קינסטלערישער ליטעראַטור. עס איז דאָך גאָר ניט קײן חידוש, אַז דער מאָדערנער לײענער קען ניט פֿאַרשטײן אַ סך פֿון די געשעענישן, װעלכע קומען פֿאָר אין די װערק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער. אױך דאָס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, װײַל דער הײַנטיקער לײענער איז ניט באַקאַנט מיט די גרונטלעכע קולטור־מינהגים פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, און חוץ דער חופּה מיט אַ ברית, קױם דערמאָנט ער זיך אין נאָך אַ פּאָר אַנדערע נאַציאָנאַלע קולטור־מינהגים.
אַ סך קולטור־מינהגים זײַנען אַרײַן אין אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן, און זײער אָפֿט װײסן מיר ניט „פֿון װאַנען װאַקסן די פֿיס‟. אַז עמעצער גיט אַ ניס, גלײַך װינטשט אים אָן דער צװײטער: „צו געזונט!‟, אָדער: „צו געזונט, צום לעבן!‟, און אַז עס רעדט זיך װעגן אַ קינד, װינטשט מען אָן פֿון גאַנצן האַרצן: „צו געזונט, צום לעבן, צום װאַקסן!‟. עס פֿרעגט זיך אַ שאלה — װאָס? צו ניסן איז דען ניט קײן געזונטע זאַך? טאַקע פֿאַרקערט, דאָקטױרים הײסן ניסן. דעם ענטפֿער געפֿינען מיר אין די מדרשים, און אָט, הערט, װי װײַט עס קען דערגײן די פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע.
אין אײנעם אַ מדרש װערט דערצײלט, אַז ביז יעקבֿן (װי באַװוּסט, איז ער אױך ישׂראל) פֿלעגן אַלע מענטשן פֿאַרלאָזן די װעלט מיט אַ ניס. ס’הײסט, געטאָן אַ ניס — און שױן. בלײַבט נאָר צו זאָגן: „ברוך דיין האמת‟. יעקבֿ־ישׂראל, דערצײלט דער מדרש, איז געװען דער ערשטער מענטש אױף דער װעלט, װעלכן דער אײבערשטער האָט צוגענומען צו זיך מיט אַ קוש אין די ליפּן פֿון אַ גאָטס מלאך. אַז מע װײסט אָט די־אָ קורצע מעשׂה, װערט קלאָר און פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר װאָס גלײַך נאָך אַ ניס װינטשט מען אָן: „צו געזונט, צום לעבן!‟
נאָר װאָס?… װײַזט אױס, אַז מיט יאָרן צוריק איז דער סדר געװען אַן אַנדערער, קודם־כּל, צום לעבן, און שױן נאָך דעם — צו געזונט. אַזױ אַרום, איז עס ניט קײן חידוש, אַז די מענטשן געדענקען ניט װאָס ס‘איז געשען מיט איבער פֿיר טױזנט יאָר צוריק; מע געדענקט ניט אַפֿילו, װאָס ס‘איז געשען נעכטן, אָבער אַ גוטע װינטשעװאַניע פֿונעם גאַנצן האַרצן װערט אַ מאָל אַן אײביקער פּרט פֿון אַ נאַציאָנאַלן קולטור־מינהג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.