אַ דײַטשער יאַהודי איז אַ מאָל געקומען צו אַ רבֿ בעטן אַ תּשובֿה: ער האָט געגעסן חזיר. דער רבֿ האָט אים געהייסן, אַז ער זאָל יעדן טאָג דאַווענען בציבור און נאָכן דאַווענען זאָגן אַ קאַפּיטל תּהילים. דער יאַהודי איז שוין לאַנג אין שיל ניט געווען, נאָר אַז דער רבֿ הייסט, מוז מען פֿאָלגן. נאָכן דאַווענען זעצט ער זיך זאָגן אַ קאַפּיטל תּהילים. לעבן אים איז געשטאַנען אַ קליין ייִדל און געזאָגט תּהילים ווי אַ וואַסער. דער יאַהודי שטייט פֿאַרגאַפֿט און וווּנדערט זיך שטאַרק אין האַרצן:
— ווער זאָל דאָס גלייבן, — טראַכט ער, — אַז אַזאַ קליין ייִדעלע זאָל האָבן געפֿרעסן אַזוי פֿיל חזיר?
אַ ייִד אין אַמעריקע האָט אַלע זײַנע יאָרן געהאָפֿט צו באַזוכן ארץ־ישׂראל, כּדי צו זען דעם כּותל מערבֿי. אים איז ניט אָנגעגאַנגען ניט דער אַלטער ייִשובֿ, ניט דער נײַער, און ניט ווי ארץ־ישׂראל איז אויסגעוואַקסן. ער האָט נאָר געוואָלט זען די הייליקע וואַנט. ענדלעך האָט גאָט געהאָלפֿן און ער איז אַוועק קיין ארץ־ישׂראל און איז אין אַ פּאָר חדשים אַרום פֿון דאָרט צוריקגעקומען.
— נו, — פֿרעגט אים זײַנער אַ פֿרײַנד אין שיל, — ווי איז אײַך עפּעס געפֿעלן דער כּותל מערבֿי?
— בע, — ענטפֿער ער, — אַ כּותל מערבֿי ווי אַלע כּותל מערבֿיס…
אין אַ קליין שטעטל זײַנען געווען צוויי בעלי־עגלות. איינער האָט געהייסן ישׂראל און דער צווייטער יאַנקל. איין מאָל אין אַ זומערדיקן שבת־נאָכמיטאָג איז דער רבֿ געקומען אין שיל אַרײַן און האָט דערזען, ווי יאַנקל דער בעל־עגלה האָט זיך גענומען זאָגן פּרק און האָט זיך דערבײַ צעוויינט מיט ביטערע טרערן. פֿרעגט אים דער רבֿ:
— יאַנקל, וואָס וויינסטו אַזוי?
— רבי, — ענטפֿערט יאַנקל, — ווי אַזוי זאָל איך ניט וויינען, אַז ס׳שטייט בפֿירוש „כּל ישׂראל יש להם חלק לעולם הבא‟. ישׂראל האָט יאָ אַ חלק עולם הבא, און יאַנקל ניט…
בײַ אַ ייִדן, וואָס האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ פֿרײַדענקער, איז זײַן פֿרוי געלעגן געוואָרן אין אַ שבת־פֿרימאָרגן. איז ער אַוועק צו אַ מוכר־ספֿרים קויפֿן „שיר המעלותן‟, וואָס מען פֿלעגט אויפֿהענגען אַרום בעט פֿון אַ קימפּעטאָרין. צוקומענדיק צו דעם ביכער־געשעפֿט האָט ער געטראָפֿן די טיר פֿאַרשלאָסן. קלאַפּט ער אָן אין טיר פֿון דער וווינונג און דער מוכר־ספֿרים קומט אַרויס און פֿרעגט אים וואָס ער וויל. דער פֿרײַדענקער זאָגט אים, אַז ער וויל קויפֿן „שיר המעלותן‟ פֿאַר דער קימפּעטאָרין. ווען דער מוכר־ספֿרים האָט אים דערקלערט, אַז אום שבת פֿאַרקויפֿט ער ניט און אים געבעטן צו קומען שבת־צו־נאַכטס, האָט דער ייִד אויסגעשריִען מיט כּעס:
— וואָס מיינט איר עפּעס? צוליב אײַער פֿאַנאַטיזם ווילט איר שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ ייִדישער טאָכטער?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.