Oyneg Shabes

ווידעאָ: די פּאָעזיע פֿון איציק מאַנגער

Video: The Poetry of Itzik Manger

  • Print
  • Share Share

אונדזער לאַנגיאָריקע קאָלומניסטקע מרים האָפֿמאַן האָט זיך יונגערהייט פֿאַרליבט אין איציק מאַנגערס פּאָעזיע, איז זי געווען שאָקירט, ווען זי האָט צום ערשטן מאָל בײַם אַטראַן־הויז טאַקע געזען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעטן — אַ שיכּור. פֿון דעסטוועגן, איז מאַנגער געווען דער העלד פֿון איר ערשטער פּיעסע, „אַ ראַנדעוווּ מיט גאָט‟. אין דער דאָזיקער לעקציע פֿאַרן אינטערנעץ־אוניווערסיטעט „לייענזאַל‟, געשאַפֿן פֿון איציק בלימאַן, דערציילט האָפֿמאַן וועגן מאַנגערס לעבן און שאַפֿן, וועגן זײַנע פֿאַרשיידענע אומגליקלעכע ליבעס, און זי לייענט פֿאָר זײַן צוואָה און עטלעכע לידער זײַנע. מאַנגער איז געווען פֿאַר איר „דער ייִדישסטער פּאָעט פֿון די אַלע פּאָעטן וואָס איך קען‟.