Oyneg Shabes

וועגן נאַקעטע מײַז און לעסבישע פֿערד

Of Nude Mice and Lesbian Horse Stories

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

די צאָל חכמים אױף דער װעלט װאַקסט פֿון טאָג צו טאָג. און װאָס באַזונדערס פֿרײט מיך איז, אַז די פֿאַנטאַזיע פֿון אונדזערע ברידער־שרײַבער האָט נישט קיין גרענעץ. די „קלוגשאַפֿט‟ פֿון אַ טײל װיסנשאַפֿטלער און שרײַבער איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז דער בריטישער זשורנאַל „בוקסעלער‟ האָט אין יאָר 1978 דערקלערט אַ יערלעכן קאָנקורס פֿון סאַמע קוריאָזע און טיפּשעװאַטע טיטלען פֿון די דערשינענע ביכער. דעם לאַורעאַט קלײַבט אױס אַ פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמיסיע פֿון פֿאַרלעגער, ביבליאָטעקאַרן און בוכהענדלער. די פּרעמיע הײסט „דיאַגראַם‟, און דער לאַורעאַט באַקומט אַ װערטפֿולן פּרײַז — אַ פֿלאַש שאַמפּאַניער.

דער פּאַראַדאָקס באַשטײט אין דעם, אַז זײער אָפֿט װערן אינעם בוך באַהאַנדלט זײער װיכטיקע זאַכן, נאָר דער טיפּשעװאַטע טיטל פֿאַרװאַנדלט דעם גאַנצן ענין אין אַ בורלעסק. דער ערשטער בוך־לאַורעאַט האָט געהײסן „מאַטעריאַלן פֿון דער צװײטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ װעגן די נאַקעטע מײַז‟.

װאָס װײַטער, אַלץ שענער… דאָס װיסנשאַפֿטלעכע בוך װעגן די הינער־זגאַלן האָט מען אָנגערופֿן „די הינערישע ליבע־הנאָות‟.

נו, גוט, אַז מע האָט צו טאָן מיט די הינער, קריגט מען אַ מאָל אַ הינערישן שׂכל, אָבער מיט װאָס פֿאַר אַן עבֿר דאַרף מען טראַכטן, כּדי אָנצורופֿן אַ בוך מיט אַזאַ פֿײַנעם נאָמען, ווי „אַ נאַטירלעכע פֿאַרגרעסערונג פֿון די בריסט ביז דער מאַקסימאַלער גרײס: װי אַזױ פֿאַרגרעסערט מען דעם מוח אױף נײַנציק פּראָצענט, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די בריסט‟.

און שױן גאַנץ פֿרײלעך קלינגט דער טיטל פֿון אַן אָנפֿירונג־בוך פֿאַר יענע גליקלעכע לײַט, װעלכע גרײטן זיך צו באַזעצן אין אַ מושבֿ־זקנים. דאָס בוך איז אַרױס אין יאָר 1985 און באַשרײַבט, אײגנטלעך, די ראָמאַנטישע באַציִונגען צװישן די אײַנװױנער פֿון די עלטער־הײַזער, נאָר הײסן הײסט עס, „דער לעצטער שאַנס ליב צו האָבן — די גסיסה־ראָמאַנטיק‟.

די דעמאָקראַטיע, װי באַװוּסט, שטײט ניט אױף קײן אָרט און זי אַנטװיקלט זיך אַזױ שנעל, אַז ס’איז ניט קײן חידוש, וואָס ניט נאָר די פּראָבלעמען פֿון נאַקעטע מײַז אָדער הינערישע הנאָות ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון די װיסנשאַפֿטלער, אָבער אױך די דאגות פֿון די סעקסועלע מינדערהײנטן פֿאַרנעמען די מוחות פֿון די מאָדערנע פּסיכיאַטערס. די טיטלען פֿון אַ רײ זײערע ביכער מאַכן אַן אײַנדרוק, אַז אױך זײ, די פּסיכיאַטערס, נײטיקן זיך אין אַ גוטן פּסיכיאַטער, דהײַנו: „אָראַלער סאַדיזם און די װעגעטאַרער געשטאַלט‟, „האַנטבוך פֿאַר אַ נישט־סכּנותדיקן לעסבישן סאַדאָמאַזאָכיזם‟, „דאָס גרױסע בוך װעגן די לעסבישע פֿערד־געשיכטעס‟.

מע זאָל, חס־וחלילה, ניט פֿאַרגעסן די „גרינע‟ און די קעמפֿערישע עקאָלאָגן, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ טיטל פֿון אַ בוך, װאָס האָט באַקומען די „דיאַגראַם‟־פּרעמיע אין 1989 — „װי אַזױ דאַרף מען ק..ן אין װאַלד: עקאָלאָגישער צוגאַנג צו דער פֿאַרגעסענער קונסט‟.

עס װײַזט אױס, אַז גערעכט איז געװען אונדזער שכנה, סורקע די פּראָסטאַטשקע, װען זי פֿלעגט אַ זאָג טאָן אױף אונדזער צװײטן שכן, דעם הױפּט־חכם און אַ גרױסן מאַטעמאַטיקער, יאַנקל דער קאַרל־מאַרקס: „ער איז אַזױ קלוג, אַזש משוגע…‟