שוין 15 יאָר שרײַבט שׂרה־רחל שעכטער אין „פֿאָרווערטס‟, אָבער קיין לאַנגע זכרונות האָט זי דערווײַל נאָך ניט אָפּגעדרוקט. דעריבער וועט זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר אונדזערע לייענער זיך נעענטער צו באַקענען מיט איר דורך אַן אינטערוויו, געמאַכט מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿון עריק עדעלשטיין פֿאַרן פּראָיעקט „ייִדיש לעבט‟ (YiddishLives.org). דאָ דערציילט שעכטער זייער געשמאַק וועגן אַ סך טשיקאַווע עפּיזאָדן פֿון איר לעבן, וואָס אַפֿילו אירע שטענדיקע לייענער האָבן ניט געהערט.
ווען זי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בײַם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟, ווי די איינציקע פֿרוי צווישן אַ כאָפּטע אַלטע סאָציאַליסטן און חסידים, פֿלעגט איין חסיד זי אַפֿילו ניט אָנרופֿן בײַם נאָמען — ער האָט פּשוט אַרויסגערופֿן „אַנשטולדיקט‟. ווען זי האָט אים געפֿרעגט פֿאַרוואָס, האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז נאָך 40 יאָר זײַן חתונה רופֿט ער זײַן ווײַב אויך נאָר מיטן וואָרט — „אַנטשולדיקט‟.
שעכטער דערמאָנט זיך אין איר קינדהייט, ווי אַ טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן לינגוויסט ד”ר מרדכי שעכטער. אין דער היים האָט געהערשט אַ שטרענגע דיסציפּלין וואָס שייך דער ייִדישער שפּראַך. ווער עס האָט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַן ענגליש וואָרט, האָט געדאַרפֿט אַרײַנלייגן אַ „פּעני‟ אין דער פּושקע. איין מאָל, ווען דער טאַטע האָט געהערט ווי די קינדער רעדן צווישן זיך ענגליש, האָט ער זיי באַשטראָפֿט, זיי פֿאַרווערט צו קוקן טעלעוויזיע אַ גאַנצע וואָך. דעמאָלט, ווי אַ מיידל, איז זי געווען אין כּעס, אָבער שפּעטער האָט זי אײַנגעזען, אַז די דאָזיקע שטרענגקייט איז געווען נייטיק, כּדי צו פֿאַרהיטן די קינדער פֿון דער שפּראַך־אַסימילאַציע, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט כּמעט אַלע קינדער פֿון איר דור. אַפֿילו אינעם ייִדישיסטישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך‟, געדענקט זי, האָבן כּמעט אַלע קינדער גערעדט צווישן זיך אויף ענגליש, כאָטש זיי האָבן געקענט ייִדיש פֿון דער היים.
שעכטער באַשרײַבט אויך, ווי אַזוי זי, אַן אויסגעוואַקסענע אין אַ ייִדיש־וועלטלעכער סבֿיבֿה, איז ביסלעכווײַז געוואָרן פֿרום. נאָך אין אוניווערסיטעט האָט זי, צוזאַמען מיט איר שוועסטער איידל, געמאַכט אַ שבֿועה חתונה צו האָבן מיט אַ בחור, וואָס טראָגט אַ יאַרמלקע. איידל האָט טאַקע געהאַלטן וואָרט: חתונה געהאַט מיט אַ בחור פֿון באָראָ־פּאַרק, געבוירן 7 קינדער, און הײַנט וווינט זי אין צפֿת. בײַ שׂרה־רחל, ווידער, האָט געדויערט אַ ביסל לענגער: זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ וועלטלעכן ייִד, אָבער מיט דער צײַט האָט זי אים געמאַכט פֿאַר אַ שומר־שבת און געשיקט די קינדער אין אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן. אירע פּאָליטישע מיינונגען האָבן זיך אויך געביטן מיט יאָרן — אויף רעכטס. ווען זי האָט געמאָלדן בײַ אַ משפּחה־צוזאַמענטרעף, אַז זי איז געוואָרן אויס דעמאָקראַט, האָט זיך אָנגעהויבן אַ יללה.
צום סוף, דערציילט זי וועגן איר יאָרן־לאַנגן חלום צו שאַפֿן אַ נײַעם מין זונטיק־שול, וווּ די די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער פֿון גאַנץ ניו־יאָרק זאָלן זיך צונויפֿקומען. אַזוי האָט זיך טאַקע אַנטוויקלט די גרופּע „פּריפּעטשיק‟, וואָס האָט זיך געטראָפֿן יאָרן לאַנג אין אַ ריי שילן אין מאַנהעטן, און שפּעטער — אין אַרבעטער־רינג. הײַנט לעבט די שול ווײַטער אין אַן אַנדער גילגול — אין באַלטימאָר. אַלע סודות ווילן מיר ניט אויסזאָגן פֿון פֿריִער — זאָלן די לייענער קוקן דעם ווידעאָ און זיך אַליין דערוויסן:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.