Oyneg Shabes

ציוניסטישע וויצן

Zionist Jokes

  • Print
  • Share Share

פֿאַר די קלעזמאָרים

ר׳ חיים בריסקער איז געווען אַ קעגנער פֿון ציוניזם. האָט מען אים געפֿרעגט: היתּחן, מע בויט ארץ־ישׂראל און איר, מיצוות־אָפּהיטער, שטייט פֿון דער ווײַטנס?

— איך מיין אויך אַזוי, — איז געווען זײַן ענטפֿער, — אַ מינהג אין דער וועלט, אַז חתן־כּלה גייען צו דער חופּה, לויפֿן גאַסן־ייִנגלעך און אַלע מינים לויפֿער פֿאַר די קלעזמאָרים; די מחותּנים, די חתן־כּלה קומען צו לעצט.


אַז אַ גוי רירט זיך אָן

אליעזר בן־יהודה האָט געהאַט אַ סך קעגנער, ווען ער האָט דער ערשטער אָנגעהויבן אײַנפֿירן לשון־קודש ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. באַזונדערס האָבן זיך קעגנגעשטעלט די פֿרומע ייִדן אין ירושלים.

איין מאָל טרעפֿט בן־יהודה אַזאַ פֿרומען ייִד און פֿרעגט אים, הלמאַי זײַנען גראָד די פֿרומע ייִדן, וואָס בײַ זיי איז לשון־קודש אַזוי הייליק, קעגן זײַן געדאַנק צו מאַכן לשון־קודש פֿאַר אַ גערעדטער שפּראַך.

—כ’וועל אײַך זאָגן, — ענטפֿערט אים דער פֿרומער ייִד, — ווײַן אויף קידוש און הבֿדלה איז הייליק. פֿון דעסטוועגן, אַז ס’רירט זיך צו אַ גוי, ווערט עס נסך און ס׳איז טרייף.


פֿאַרקויפֿט אַ גאַס

אין תּל־אָבֿיבֿ עפֿנט אַ באַלעבאָסטע די טיר און זעט פֿאַר זיך צוויי שנאָרער. גיט זי אַ פֿרעג: „ווי קומט עס וואָס איר גייט צוויי אויף אַ מאָל?‟

ענטפֿערט איינער: „פֿאַרשטייט איר מיך, איך האָב אָט דעם ייִדן פֿאַרקויפֿט די דאָזיקע גאַס, גיי איך מיט אים, כּדי אים צו ווײַזן אַלע מײַנע שכנים‟.


פֿון איין פֿאָטער און מוטער

אַ ציוניסט האָט אַ מאָל געפֿרעגט דעם וויזשניצער רבין:

— פֿאַר וואָס האַלטן ניט די רביים פֿונעם ציוניזם? מיר האָבן דאָך איין גאָט, איין פֿאָטער!

האָט דער רבי געענטפֿערט:

— ריכטיק, מיר האָבן איין פֿאָטער, אָבער ניט איין מוטער. וואָס איר רופֿט „מותּר‟ איז פֿאַר אונדז אָסור.