Oyneg Shabes

ערשטע מלחמה־נאַכט

First Night of the War

  • Print
  • Share Share

אונדזער קאָרעספּאָנדענט עמיל קאַלין איז פֿאַראינטערעסירט ניט נאָר אין פּאָליטישע ענינים; ער שרײַבט אויך קורצע מעשׂיות, וואָס זײַנען אַרויס אין פֿאַרשיידענע ייִדישע זשורנאַלן. עטלעכע דערציילונגען זײַנע האָט מען איבערגעזעצט אויף דײַטש און געדרוקט אינעם עסטרײַכישן זשורנאַל „ליכטונגען‟. אויפֿן אָוונט בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון יענעם נומער „ליכטונגען‟ האָט קאַלין פֿאָרגעלייענט זײַן דערציילונג „ערשטע מלחמה־נאַכט‟, וועגן דער ערשטער איראַקער מלחמה אין 1991, ווען סאַדאַם כוסיין האָט געוואָרפֿן „סקאָד‟־ראַקעטן אויף ישׂראל. שמואליק עצמון, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟, שטעלט אים פֿאָר אין דעם דאָזיקן ווידעאָ.

קאַלין האָט מיט זײַן משפּחה פֿון בוקאַרעשט עולה געווען קיין ישׂראל אין עלטער פֿון 4 יאָר און זײַן רומענישן ייִדיש האָט ער פֿונעם זיידן. אַ היימישער ייִד פֿונעם שטעטל שטעפֿנעשט, האָט דער זיידע באַשלאָסן צו רעדן מיט קאַלינען אויף מאַמע־לשון, כאָטש מיט די אַנדערע אייניקלעך (למשל, מיט קאַלינס צווילינג־ברודער) האָט ער עס ניט געטאָן. דערוואַקסענערהייט האָט קאַלין זיך באַקענט מיט דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און אָנגעהויבן אַליין שרײַבן אויף דער שפּראַך.