עס איז איבעריק, מײן איך, צו דערמאָנען, אַז יעדע תּקופֿה פּראָקלאַמירט אַ מאָדע אױף דעם אָדער אַן אַנדערן פֿאַך. פּראָגנאָזירן אָדער פֿאָרױסזען, מיט װאָס פֿאַר אַ משוגעת װעט זיך באַשעפֿטיקן די מענטשהײט אין דער קומענדיקער תּקופֿה, איז כּמעט אוממעגלעך; אָבער אין דער צײַט פֿון מײַן קינדהײט איז געװען שװער צו געפֿינען אַ ייִדיש קינד, װאָס מ׳האָט עס ניט געטריבן זיך לערנען שפּילן אױף עפּעס אַ מוזיקאַלישער כּלי, איבער הױפּט, אױפֿן אַקאָרדעאָן אָדער פֿידל, און אין די מער רײַכע משפּחות — אױף אַ פּיאַנע. די פּלוצעם אַרױסגעשװוּמענע זאַבעבאָנע, אַז די ייִדישע קינדער האָבן באַזונדערע פֿעיִקײטן צו מוזיק, האָט באַהערשט די מוחות פֿון די יונגע ייִדישע עלטערן, און זײ האָבן געטריבן זײערע קינדער װי אױף אַ גאָלדענעם מזבח. די זײדע־באָבעס פֿלעגן זיך באַרימען מיט די דערפֿאָלגן פֿון זײערע אײניקלעך, װי יענע װאָלטן שױן זוכה געװען צו אַ רובינשטײן־פּרײַז.
— נו, יאָסל, דו װאָלטסט געקענט גלײבן, אַז מײַן קלײנער װעט אױסלערנען אַלע גאַמעס פֿאַר אײן חודש? כ’װעל דיר מער זאָגן: ער שפּילט זײ שױן אױף אױסנװײניק.
— הע, װײס איך װאָס… אונדזער ריװעלע האָט מיר נעכטן אָפּגעשפּילט דעם „טאַנץ פֿון די קלײנע קאַטשקעס‟ מיט אַ „דאָ־מאַזשאָר־עטיוד‟… אַזױנס װי אַזעלעכס… עס האָט מיר אַפֿילו אָנגעהױבן צו שװינדלען פֿאַר די אױגן!
אַ שטעטל פֿון װײַן־הענדלער און בעל־מלאָכות איז פּלוצעם פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ צענטער פֿון די גרױסע מומחים אין דער אײראָפּעיִשער קלאַסישער מוזיק. אױף אַ געװיסער צײַט זײַנען די פּאָפּולערע מעלאָדיעס פֿון „יאָסעלע הײַדן‟ און „װעלװעלע מאָצאַרט‟ געװאָרן מער פּאָפּולער, װי די „פּאַפּיראָסן‟ מיט דער „גרינע קוזינע‟.
װען איך האָב זיך דערמאָנט אין יענער פּלוצעמדיקער נטיה פֿון די ייִדישע עלטערן צו מאַכן פֿון זײערע קינדער הױלע מוזיקאַלישע װירטואָזן, איז מיר אינטערעסאַנט געװאָרן: װי אַזױ טאַקע האָבן אָנגעהױבן זײער קאַריערע די גרױסע אײראָפּעיִשע מוזיקער? כ’האָב אױפֿגעבלעטערט אַן ענציקלאָפּעדיע און זיך אָנגעשטױסן אױף אַ פּאָר טשיקאַװע מעשׂהלעך װעגן יאָזעף הײַדן.
צו אַ באַװוּסטן װינער קאַפּעלמײַסטער איז געקומען אַ יונגער־מאַן, אים איבערגעגעבן אַ רעקאָמענדאַציע־בריװ פֿון זײַן ערשטן מוזיק־לערער און געבעטן דעם קאַפּעלמײַסטער אױסצולערנען אים די סודות פֿון קאָמפּאָזיציע. דער אַלטער האָט אױפֿגעריסן דעם קאָנװערט און איבערגעלײענט: „דער איבערגעבער פֿון דעם־אָ בריװ איז אַ נאַרישער טרױמער, װעלכער האָט זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בױך, אַז ער װעט מאַכן אַן איבערקערעניש אין מוזיק. ער איז טאַלאַנטלאָז, און איך בין זיכער, אַז ער װעט קײן מאָל ניט אָנשרײַבן קײן אײן װערטפֿול װערק. זײַן נאָמען איז — יאָזעף הײַדן‟.
יאָזעף הײַדן האָט געהאַט אַ סך ניט־פֿאַרגינער. אײנער פֿון זײ האָט זיך אונטערגענומען איבערציִען אױף זײַן זײַט דעם באַװוּסטן װאָלפֿגאַנג אַמאַדעוס מאַצאַרט. ער האָט אײַנגעלאַדן מאַצאַרטן אױף אַ קאָנצערט, אױף װעלכן מ׳האָט געשפּילט הײַדנס נײַעם קװאַרטעט. אין מיטן קאָנצערט בײגט זיך צו מאָצאַרטן אָן דער בעל־מקנא און מיט כּעס רױמט אים אין אױער אײַן: „איך װאָלט אַזױנס קײן מאָל ניט אָנגעשריבן.‟ „אױך איך ניט, — האָט געענטפֿערט מאָצאַרט, — איר װײסט פֿאַר װאָס? װײַל ניט אײַך און ניט מיר װעט דער הימל אַ מאָל שענקען אַזעלכע פּרעכטיקע מעלאָדיעס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.