יחיאל שרײַבמאַן, זאָל זיך מיִען, האָט ליב געהאַט צו דערצײלן אַ מעשׂה װעגן אַ גרופּע יונגע ייִדישע שרײַבער פֿון בעסאַראַביע, װעלכע זײַנען געקומען קײן יאַס, כּדי אױסצוהערן אַ חװת־דעת פֿון אַ באַװוּסטן ייִדישן שרײַבער װעגן זײערע װערק. יענער האָט זיי אױסגעהערט און פֿאַרסך־הכּלט: „שרײַבט, קינדערלעך, שרײַבט, עס װעט זיך בײַ אײַך אױסאַרבעטן אַ שײנע האַנטשריפֿט‟.
דאָס אַמאַטאָרישע עם־הארצות אין קונסט בכלל און אין דער ליטעראַטור בפֿרט איז אַ מסוכּנע דערשײַנונג סײַ פֿאַרן „מחבר‟ גופֿא און סײַ פֿאַר די ליטעראַטור־קריטיקער, װײַל דער שטאָלצער „עם־האָרץ־דאורײַתא‟ איז ניט מסוגל אױפֿצונעמען און אָפּערירן מיט די גרונט־פּאָזיציעס פֿון אַ מומחה. פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שרײַבער זײַנען די אָפּשאַצונגען, אַפֿילו זײער שאַרפֿע, אַ סך װיכטיקער, װי די לױב־געזאַנגען פֿון די לײענער. בײַ אַ „רײַבער‟ איז אַלץ פֿאַרקערט — דאָס „פֿאָלקס־קול‟ איז העכער פֿון אַלץ.
און איצט װיל איך דערקלערן דעם לײענער, װאָס האָט מען געמײנט בײַ אונדז אין שטעטל, װען מע פֿלעגט זאָגן אױף אײנעם: „ער איז אַ שרײַבער? ער איז אַ רײַבער!‟ די סאָציאַלע היעראַרכיע אין שטעטל האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, און דער פֿאַך פֿון אַ בעדער אָדער אַ טוקערקע איז געװען ניט פֿון די סאַמע בכּבֿודיקע. אָט דעם־אָ פֿאַך האָט מען געקענט זיך אױסלערנען אין משך פֿון אַ װאָך, אין אונטערשײד פֿון די בעל־מלאָכישע פֿאַכן, װעלכע האָבן געפֿאָדערט אַ פּאָר גוטע יאָר פֿון לערנען. איך רעד שױן ניט װעגן די גײַסטלעכע און אינטעלעקטואַלע פֿאַכן און שטעלעס. אַזױ אַרום, איז גאָר ניט קײן חידוש, אַז די ייִדישע פֿאָלקס־שאַפֿונג איז אַזױ רײַך מיט די „שמאַלץ־חכמהלעך‟ װעגן אַ באָד און די באָד־באַדינער. װען עפּעס אַ בחורל איז געװען אומפֿעיִק צום לערנען, פֿלעגט מען אױף אַזאַ תּכשיט זאָגן, אַז פֿון אים װעט אַרױס אַ גוטער רײַבער, דהײַנו: אַלץ, װאָס ער איז פֿעיִק צו טאָן, איז אָנרײַבן מיט זײף די פּלײצעס אין אַ באָד. אין פֿאַרלױף פֿון יאָרן, אַזױ מײן איך, איז פֿאַרגעסן געװאָרן דער ערשטער מײן פֿונעם באַגריף „רײַבער‟, אָבער אַ דאַנק דעם פֿעסטן און לײַכטן גראַם, האָט אַן אומפֿעיִקער מענטש באַקומען אַ מער העכערן טיטל — אַ שרײַבער אַ רײַבער.
די פּראָבלעם מיט די רײַבער איז גאָר ניט קײן נײַע, נאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט זי זיך פֿאַרשאַרפֿט אין די מיט־20ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, װען די צאָל רײַבער איז געװאָרן העכער פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער.
מע דערצײלט, אַז אײן מאָל אין אַ געשפּרעך װעגן זײַנע לידער, האָט דער אַלטגריכישער פֿילאָסאָף סאָפֿאָקלעס באַמערקט, אַז אָנצושרײַבן אָט די־אָ דרײַ פֿערזן האָט אים אָפּגעקאָסט דרײַ טעג קאַטאָרזשנע אַרבעט. „אַזש דרײַ טעג? — האָט אױסגערופֿן אײנער אַ רײַבער, — פֿאַר דרײַ טעג װאָלט איך אָנגעשריבן הונדערט פֿערזן!‟ — „עס קען זײַן, — האָט אים געענטפֿערט סאָפֿאָקלעס, — נאָר איך בין זיכער, אַז זײ װאָלטן געלעבט ניט מער װי דרײַ טעג.‟
עס איז געבליבן אַ באַשרײַבונג װעגן אַ קאָנפֿליקט צװישן דיאָניסוס, דעם טיראַן פֿון סיראַקוז, און דעם דיכטער און פֿילאָסאָף פֿילאָקסען, װעלכער האָט זײער שאַרף קריטיקירט די פּאָעמעס פֿונעם סיראַקוזער הערשער. פֿאַר דער שאַרפֿער קריטיק האָט דיאָניסוס פֿאַרשיקט פֿילאָקסענען אױף קאַטאָרזשנע אַרבעט אין אַ שטײנברעכערײַ. אין אַ צײַט אַרום האָט דיאָניסוס באַפֿױלן צו ברענגען פֿילאָקסענען אין זײַן פּאַלאַץ, אַז יענער זאָל אױסהערן זײַן נײַע פּאָעמע. פֿילאָקסען האָט אױפֿמערקזאַם אױסגעהערט די פּאָעמע, נאָך דעם שטיל אױפֿגעשטאַנען און געלאָזט זיך גײן צו דער טיר. „װוּהין גײסטו? האָסט נאָך ניט אַרױסגעזאָגט דײַן חװת־דעת װעגן מײַן שעדעװער‟, — האָט אָפּגעשטעלט פֿילאָקסענען דער טיראַן. „מײַן האַר, — האָט געענטפֿערט פֿילאָקסען, — אַ שאָד די צײַט. איך קער זיך אום אױף דער קאַטאָרגע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.