Oyneg Shabes

קמצנישע וויצן

Miser Jokes

  • Print
  • Share Share

גערעדט פֿון היץ

אַ גרויסער גבֿיר, אָבער נאָך אַ גרעסערער קמצן, וואָס פֿלעגט קיין מאָל נישט וועלן געבן אַ גראָשן אויף צדקה, איז געפֿערלעך קראַנק געוואָרן. האָט מען צו אים געבראַכט אַ פּראָפֿעסאָר. רופֿט זיך אָפּ דער חולה צום פּראָפֿעסאָר:

— הער דאָקטאָר, אויב איר מאַכט מיך געזונט, וועל איך אײַך געבן 10,000 דאָלאַר, ווײַל אַז איך שטאַרב, וואָס טויג מיר דאָס גאַנצע געלט?

האָט גאָט געהאָלפֿן און דער גבֿיר איז געזונט געוואָרן. ווען דער פּראָפֿעסאָר האָט דערנאָך בײַ אים געבעטן דאָס צוגעזאָגטע געלט, האָט דער גבֿיר זיך געמאַכט תּמעוואַטע: וואָס? ווער? ווען? געפֿערלעך קראַנק?

— סטײַטש, — מאַכט דער פּראָפֿעסאָר, — איר געדענקט גאָרניט אײַער צוזאָג, ווען איר זײַט געווען געפֿערלעך קראַנק?

— יאָ, — ענטפֿערט דער גבֿיר, — געפֿערלעך קראַנק בין איך טאַקע געווען; אָבער אויב כ׳האָב דעמאָלט עפּעס געזאָגט, האָב איך מסתּמא גערעדט פֿון היץ.


עס דאַרף אים ניט פֿאַרדריסן

דער זעלבער גבֿיר האָט שוין געהאַלטן נאָענט בײַם שטאַרבן, און ווען דער רבֿ האָט געהאַלטן אין זאָגן מיט אים ווידוי, האָט ער זיך ביטער צעוויינט. אויפֿן רבֿס פֿראַגע, וואָס ער וויינט אַזוי, האָט דער קאַרגער גבֿיר געענטפֿערט:

— מיך אַרט ניט אַזוי, וואָס איך גיי אַוועק פֿון דער וועלט, ווי דאָס, וואָס איך מוז איבערלאָזן מײַן גאַנצן אוצר גאָלד און זילבער.

— דאָס, — האָט דער רבֿ געענטפֿערט, — דאַרף דיך ניט פֿאַרדריסן, ווײַל ווען דו נעמסט עס אַפֿילו מיט זיך, וואָלט עס סײַ־ווי־סײַ צעשמאָלצן געוואָרן אין דער היץ פֿון גיהנום.


ער איז מסכּים

דער רבֿ פֿונעם שטעטל איז אַ מאָל געגאַנגען אויף אַ לוויה און האָט זיך דאָרט געטראָפֿן מיטן גבֿיר, וואָס פֿלעגט לײַען געלט צו ייִדן אויף פּראָצענט. רופֿט זיך אָפּ דער רבֿ צו אים:

— נו, ר׳ משה, איר זעט דאָך דעם סוף פֿונעם מענטשן. נאָך וואָס־זשע זאָלט איר רײַסן די הויט בײַ די אָרעמע־לײַט, נעבעך?

— רבי לעבן, — ענטפֿערט דער גבֿיר, — טאַקע דאָס טענה איך אַלע מאָל צו די אָרעמע, וואָס קומען צו מיר. איך זאָג זיי: וואָס אַרט אײַך, אַז איר וועט צאָלן אַ ביסל מער פּראָצענט? איר וועט דאָך סײַ־ווי־סײַ שטאַרבן.


דער שידוך געפֿעלט אים ניט

אין אַ שטעטל האָט געלעבט אַ גבֿיר, אַ קמצן. אַרויסצורײַסן פֿון אים אַ נדבֿה איז געווען אַזוי שווער ווי קריעת־ים־סוף. נאָר אויף איין זאַך פֿלעגט ער יאָ געבן: אויף הכנסת־כּלה.

איין מאָל האָט אַן אָרעמער בחור געדאַרפֿט חתונה האָבן מיט אַ דינסטמיידל, איז מען צו אים געקומען נאָך אַ נדבֿה. דער גבֿיר אָבער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון עפּעס געבן. רופֿט זיך צו אים אָפּ איינער פֿון דער דעלעגאַציע:

— סטײַטש, ר׳ וועלוול, עס איז אויף הכנסת־כּלה!

— יאָ, — ענטפֿערט דער גבֿיר, — אָבער מיר געפֿעלט ניט דער שידוך.