דער ערשטער פּאָפּולערער שרײַבער אויף ייִדיש, דער ווילנער משׂכּיל אײַזיק־מאיר דיק (1814־1893), האָט אָנגעשריבן איבער 300 ביכלעך, וואָס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט אין די טויזנטער. ייִדישע פֿרויען פֿלעגן כאַפּן ווי מצה־וואַסער זײַנע דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער באַקאַנטער ווילנער דרוקערײַ „ראָם‟. ליטעראַטור־פֿאָרשער האַלטן, אַז דיק האָט „פֿאַקטיש געלייגט דעם יסוד פֿאַר דער נײַער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור‟. נאָר פֿון דעסטוועגן, איז ער אַ גאַנץ לעבן געווען אָרעם, שיִער ניט געהונגערט אַ מאָל, און ער איז געשטאָרבן אין גרויס עלנט. אָבער ווי אַ וויצלער און אַ זאָגער פֿון גלײַכווערטלעך איז זײַן נאָמען פֿאַרבליבן אינעם פֿאָלקס זכּרון צענדליקער יאָרן.
אַ יונגערמאַן, אַ משׂכּיל, איז אַ מאָל געקומען צו אײַזיק־מאיר דיק מיט אַ חיבור און געבעטן בײַ אים אַ הסכּמה.
— יונגערמאַן, — האָט דיק צו אים געזאָגט, — אויב איר ווילט ווערן אַ מחבר בײַ ייִדן, מוזט איר אויף זיך מקבל זײַן אַרומצוטראָגן אײַער חיבור איבער די הײַזער און לײַדן נויט און דחקות ביז פֿערציק יאָר.
— און נאָך פֿערציק יאָר? — ווערט דער יונגערמאַן נײַגעריק.
— נאָך פֿערציק יאָר וועט איר שוין זײַן צוגעוווינט.
אײַזיק־מאיר דיק איז אַ מאָל געגאַנגען אין גאַס מיט זײַנעם אַ פֿרײַנד, ווען אַ הינקעדיקער בעטלער, אַ בעל־מום, האָט זיי אָפּגעשטעלט, און מיט אַ שטאַרקן רחמנות־געוויין געבעטן אַ נדבֿה.
האָט דיק אים געגעבן צען קאָפּיקעס.
— איך בין זיכער, — האָט זײַן פֿרײַנד געזאָגט, — אַז דער מענטש איז אַ שווינדלער, אַ קאָמעדיאַנט.
— פֿאַר אַזוי גוט שפּילן, — האָט דיק געענטפֿערט, — איז ער ווערט אַ סך מער.
אײַזיק־מאיר דיק האָט אַ מאָל באַגעגנט אין מאַרק אַ גוי מיט אַ בלאַס פּנים, אַן אײַנגעבויגענעם רוקן און אַן אײַנגעפֿאַלענער ברוסט, איז דיק צו אים צוגעגאַנגען און געפֿרעגט:
— נו, וואָס איז דײַן באַשעפֿטיקונג?
— איך פֿלעכט נעצן אויף כאַפּן פֿיש.
האָט דיק אַ זיפֿץ געטאָן און געזאָגט:
— אַ שאָד, בײַ זיי גייט אַלץ פֿאַרלוירן… ווען אַזאַ וואָלט געווען אַ ייִד, וואָלט ער געוויס געווען אַ גדול־בישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.