עטלעכע דורות ייִדיש־סטודענטן האָבן זיך געלערנט בײַ אַבֿרהם ליכטענבוים, פֿריִער אין די ייִדישע שולן פֿון בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט צענדליקער יאָרן געאַרבעט ווי אַ לערער און אַ שול־דירעקטאָר, און דערנאָך איבער דער גאַנצער וועלט אין די פֿאַרשיידענע ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען. אין דעם דאָזיקן אינטערוויו, געמאַכט דעם 31סטן יולי 2012 אין ווילנע מיט קריסטאַ וויטני פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, דערציילט ליכטענבוים וועגן זײַנע קינדעריאָרן און משפּחה, וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער בוענאָס־אײַרעס, און וועגן זײַן לאַנגער און אינטימער באַציִונג מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
„איך בין אַ תּלמיד־חכם‟, זאָגט ער, „איך בין געווען אַ תּלמיד פֿון חכמים‟. ליכטענבוים האָט זיך געלערנט בײַ אַזעלכע גדולים פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג ווי שמואל ראָזשאַנסקי, דבֿ סדן, חנא שמערוק, און דבֿ נוי. דער טאַטע זײַנער איז געווען אַ בונדיסט, אַ טיפּאָגראַף אין אַ ייִדישער צײַטונג. אָבער דער עיקר האָט ער גערעדט ייִדיש מיט דער באָבען, וואָס זי האָט ניט געקענט קיין שפּאַניש — ייִדיש איז זײַן „באָבע־לשון‟, זאָגט ער. אָנגעהויבן ווי אַ לערער האָט ער צו 18 יאָר אין דער זעלבער פּרץ־שול, וווּ ער איז אַליין געווען אַ תּלמיד; מיט עטלעכע תּלמידים זײַנע פֿון דעמאָלט איז ער געבליבן אין קאָנטאַקט ביזן הײַנטיקן טאָג — ווען זיי זײַנען שוין אַרײַן אין די 50ער און 60ער!
זײַן איצטיקע ראָלע ווי דירעקטאָר פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ האָט ליכטענבוים אָנגעהויבן אין 1994, אינעם יאָר פֿונעם באַקאַנטן טעראָר־אַטאַק, וואָס האָט אויפֿגעריסן דעם בנין, וווּ דער ייִוואָ האָט זיך געפֿונען. ווען דער אויפֿרײַס וואָלט געשען אין דער זעלבער צײַט אין אַן אַנדער טאָג, וואָלט ער מער ניט געווען אויף דער וועלט, נאָר יענעם מאָנטיק איז ער געקומען צו דער אַרבעט אַ ביסל שפּעטער. על־כּל־פּנים, דאַרפֿן זײַנע פֿיל הונדערטער, אפֿשר טויזנטער, תּלמידים זײַן דאַנקבאַר, וואָס ליכטענבוים האָט דעמאָלט פֿאַרשפּעטיקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.