געהײסן האָט ער דידקאָ. אַ שײנער מאַלאָרוס1). אַ יונגער כװאַט2). אין זײַן דאָרף איז ער אַװדאי געװען דער ערשטער…
בײַ אונדז אין קאַזאַרמע האָט מען אים ליב געהאַט פֿאַר זײַנע טענץ, פֿאַר זײַנע שײנע לידער. אומעטום רוקן זיך אַזעלכע אַרױס װי די ערשטע. װי אױף אַן עפּלבױם, װאַרפֿט זיך אין די אױגן יענער עפּל, װעלכער באַקומט פֿריִער פֿאַר אַנדערע די רױטע בעקעלעך… מען קאָן אַזאַ נישט פֿײַנט האָבן. אַלע װילן זיך מיט אים חבֿרן. מען שטעלט אים שטענדיק אַרױס אין פֿראָנט… אַ שײנער זעלנער. אים פֿאַרשװײַגט מען, װען ער לערנט זיך שלעכט.
דידקאָ איז טאַקע געװען אַ לאַנגע צײַט דער ליבלינג פֿון אונדזער ראָטע. ער האָט װײניקער װי אַלע אַנדערע געפֿילט דעם שװערן יאָך פֿון קאַזאַרמע. שלעכט איז אים נישט געװען. רײַכע קרובֿים האָט ער געהאַט. װײַזט אױס, אַז עס איז אים טאַקע צו גוט געװען.
דידקאָ… דער שײנער יונג מיט די בלױע אױגן איז געװאָרן אַ תּליון, אַ שמײַסער. אין דעם יאָר ערבֿ דער רוסישער רעװאָלוציע האָט מען אין די קאַזאַרמעס געשמיסן פֿאַר יעדער קלײניקײט. מען האָט געקאַטעװעט פֿאַר אַװעקגײן אָן אַ דערלױבעניש, פֿאַר נישט רײניקן די ביקס, פֿאַר אַ בײזן בליק אױפֿן זװאָדנעם3)… פֿאַר נישט װעלן געבן כאַבאַר4) דעם עלטסטן און פֿאַר געבן כאַבאַר…
דעם שמײַסער פֿלעגט שטענדיק באַשטימען דער זװאָדני פּעטרענקאָ, נאָר אַ סך פֿלעגן זיך אַרױסדרײען, און לײַכטער װי אַלעמען װאָלט דידקאָן געראָטן זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַזאַ שליחות — פּעטרענקאָ האָט דעם שײנעם דידקאָ נישט פֿײַנט געהאַט…
נאָר אײן מאָל, צװײ מאָל… דידקאָ האָט געשמיסן.
דער עולם זעלנערס האָט באַמערקט, אַז דידקאָ נעמט אָן די שליחות מיט ליבשאַפֿט: אַנדערע סאָלדאַטן האָבן זיך געבעטן, מען זאָל זײ באַפֿרײַען; זײ האָבן זיך געקװענקלט בעת מען האָט זײ דערלאַנגט די ריטער, כּדי צו שמײַסן אַ פֿאַרזינדיקטן חבֿר; זײ פֿלעגן מיט עקל צומאַכן די אױגן, בעת פּעטרענקאָ פֿלעגט נעמען צײלן די שמיץ.
— אײנס, צװײ, דרײַ…
נאָר דער דידקאָ האָט הנאה געהאַט פֿון דעם שטיקל אַרבעט. ער פֿלעגט װױליונגעריש אַריבערגײן דעם קאָפּ, אַ טרײסל געבן מיטן אַקסל און נעמען פֿעסט די ריטער, די רױטע סטעפּריטער… און אַלע האָבן געמוזט אָנקוקן די סצענע. מען פֿלעגט אונדז אױסשטעלן אין אַ געהאָרזאַמען קאַראַהאָד: קוק און שװײַג! בײג נישט אָפּ דעם קאָפּ, װײַל דו באַקומסט דערפֿאַר אין קאַרק… גרױסע מענטשן ציִען אױס אױף דער ערד אַ פֿאָטער פֿון קינדער, אַן אַלטן מאָביליזירטן פּױער פֿון דאָרף, צי אַן אַרבעטער פֿון שטאָט און קאַטעװען איבערן מענטשנס צאַרט לײַב… מיט די צײן פֿלעגן מיר צעבײַסן אונדזער כּעס און בלײַבן געהאָרכזאַם, װי די געבונדענע שעפּסן.
דידקאָ אַלײן, אַ יונגער בליִענדיקער בחור — פֿון װאַנעט האָט זיך צו אים גענומען אַזאַ בײזע לוסט צו פּײַניקן?
די געשמיסענע פֿלעגן דערנאָך דערצײלן, אַז ער שמײַסט אָן רחמנות.
די זעלנערס האָבן זיך גענומען אָפּרוקן פֿון אים. זײַנע לידער האָט קײנער נישט געװאָלט הערן.
פֿיר הונדערט הערצער פֿון אונדזער ראָטע5) האָבן אים געהאַסט און דער האַס האָט געקוקט פֿון אַלעמענס אױגן.
נאַטשאַלסטװאָ6) האָט באַמערקט, אַז מען האָט דידקאָן פֿײַנט, איז ער דעמאָלט באַלױנט געװאָרן מיט אַ בענדל און ער איז געװאָרן דער ליבלינג בײַ עטלעכע זװאָדניס… ער איז געשלאָפֿן בײַם סאַמע עק פֿון דער קאַזאַרמע, נעבן דעם אונטער־אָפֿיציר װאָראָן, װעלכער האָט אױך געהאַט אַ הינטיש האַרץ…
דער אונטער־אָפֿיציר װאָראָן האָט גענומען דעם דידקאָ אונטער זײַן שוץ. זײ פֿלעגן שטענדיק זײַן צוזאַמען. זײערע צװײ פּאָר אױגן פֿלעגן אַרומשװעבן אין קאַזאַרמע װי בײזע פֿײַערלעך. שטענדיק האָבן זײ װעמען געזוכט, אױסגעזוכט מיט װעמען מען קאָן זיך אָפּרעכענען. דעם מענטשנס יסורים איז געװען זײער נשמה־שפּײַז און נאָך יעדער עקזעקוציע פֿלעגן זײ אַװעק אין שטעטל פֿאַרטרינקען די הנאה זײערע.
נאָר װאָראָן, פּעטרענקאָ, דראָס — דאָס זײַנען געװען אַלטע גזלנים, לאַנג־יאָריקע קאַזאַרמע־תּלינים. דידקאָ איז אָבער נישט לאַנג געקומען פֿון דאָרף, פֿון אונטער דעם פֿרײַען הימל, פֿון דער נאַטור אַלײן איז ער געקומען… צי דען איז די נאַטור אַזױ שלעכט? אין זײַנע לידער, װאָס ער פֿלעגט זינגען, איז געװען אַזױ פֿיל ליבע, אַזױ פֿיל זונפֿאַרגאַנג און טרױער… װוּ איז דאָס אַלץ פֿאַרשװוּנדן? װעלכער טײַװל האָט אים אַרײַנגעשטעלט אַ טײַװלש האַרץ? האָט אים די קאַזאַרמע אַזױ פֿאַרסמט?…
מען האָט אים אױסגעמיטן. אױסגעדאַכט האָט זיך, אַז אין אַ שײנעם טאָג װעט מען אים געפֿינען אַ דערשטיקטן, װײַל די נקמה האָט שטײַפֿע פֿױסטן, װײַל די גערעכטע נקמה קאָן אַרױפֿשטעלן די פֿיס אױף אַ מענטשנס האַלדז און לאַנגזאַם דערשטיקן…
דידקאָ האָט װײַטער געלעבט: געגעסן קאַשע און שװאַרץ ברױט. מיטן אונטער־אָפֿיציר װאָראָן פֿלעגט ער אַלץ אָפֿטער אַװעקגײן אין שטאָט און פֿון דאָרטן קומען שיכּור…
אַ ליבלינג איז ער געװען בײַ נאַטשאַלסטװאָ און אַ תּלין פֿאַר די זעלנערס.
אײן מאָל, אין אַ װינטער־פֿרימאָרגן, עס איז געװען אַזאַ פֿראָסט, אַז מען האָט די זעלנערס נישט געקאָנט אַרױסשיקן אױפֿן פּלאַץ זיך לערנען. עפֿנט זיך פּלוצלינג די טיר פֿון קאַזאַרמע און צוזאַמען מיט אַ קעלט פֿון דער גאַס קומען אַרײַן דער פּראַפּאָרשטשיק איסיראָװ און נאָך אים דער זװאָדני פּעטרענקאָ מיט פֿראָסטשטױב אױף די גרױסע װאָנצעס און מיט דעם ראָטע־בוך אונטערן אָרעם…
אַ סך פֿאַרזינדיקטע סאָלדאַטן זײַנען בלײך געװאָרן, װײַל פּעטרענקאָ קומט נישט אַזױ גלאַט אין דער װעלט אַרײַן מיטן בוך.
קײנער הערט נישט, װי מענטשישע הערצער פֿאַלן אַראָפּ. די זעלנערס גיבן אַ קוק צו דער טיר, צום קלײנעם פֿענצטער. בײַ אַ סך קומט פּלוצלינג דער געדאַנק: אַנטלױפֿן… אַנטלױפֿן, װײַל אַ סכּנה האָט זיך אָנגערוקט. אַ שוחט איז געקומען שעכטן די עופֿות… אַזאַ אײַנדרוק, אַזאַ געפֿיל…
אונטער די נאַרעס װיל מען זיך באַהאַלטן, װי אָנגעשראָקענע קינדער…
און פּעטרענקאָ שיסט מיט בײזע בליקן… אױף לינקס און אױף רעכטס…
עס װערט שטיל. טױט שטיל. די װענט ציִען זיך אײַן. דער ברודיקער סופֿיט האַלט אײַן דעם אָטעם.
די זעלנערס שטעלן זיך אױף און פּעטרענקאָ הײבט אָן:
בראַטצי!7)
אױ… נאָכן בראַטצי גײען שטענדיק שמיץ. פּעטרענקאָ רעדט אָפּ אַ צען מינוט. ער רעדט מאָראַל: װען אַ זעלנער, זאָגט ער, װערט געשמיסן, פֿאַלט דער פֿלעק אױף דער גאַנצער ראָטע…
מיר שטײען אַלע אין שרעק: װער? װער װעט דאָס הײַנט זײַן דער קרבן?
און פּלוצלינג דערהערן מיר אַ נאָמען… מיר גלײבן נישט די אײגענע אױערן:
— דידקאָ!
דידקאָ גײט אַרױס אַ בלײכער און שטעלט זיך אַװעק נעבן פּעטרענקאָ…
— פֿאַר דעם סקאַנדאַל, װאָס דו האָסט געמאַכט שיכּורערהײט אין שטעטל, האָט דער פּאָלקאָװניק דיך פֿאַרמישפּט צו צען שמיץ.
פֿון אײן פּאָר אױגן צו דעם צװײטנס פּאָר אױגן — אַ נקמה־שמײכעלע האָט גענומען שװעבן אין קאַזאַרמע…
און באַלד האָט זיך אָנגעהױבן די מיאוסע צערעמאָניע.
צום ערשטן מאָל איז די זאַך פֿאָרגעקומען אין אַ געהױבענער שטימונג. עס איז פּשוט פֿרײלעך געװאָרן.
בײַ אײנעם פֿון די זעלנערס האָט זיך אַרױסגעכאַפּט:
— צען שמיץ איז װײניק…
— שװײַגן! — האָט אַ געשרײ געטאָן פּעטרענקאָ און גענומען זוכן מיט די אױגן…
דער שאָטן פֿון שרעק איז װידער דורכגעגאַנגען איבער דער קאַזאַרמע.
— װער װיל שמײַסן דעם שטענדיקן שמײַסער? — האָט זיך פּעטרענקאָ געװיצלט.
— יאָ, יאָ… איך.
אַלע, דאַכט זיך, אַז אַלע װילן אָפּטאָן אַזאַ הײליק שטיקל אַרבעט. פֿון אַלע זײַטן האָבן זיך געטראָגן שטימען.
דידקאָ האָט זיך אַרומגעקוקט — נישטאָ קײן הילף, קײן טראָפּן מיטגעפֿיל — אַ בלײכער, אַ בײזער… בײז, װי אַ חיה. װען מען װאָלט אים אין יענער רגע געלאָזן, װאָלט ער שטיקער פֿלײש מיט די צײן געריסן פֿון לעבעדיקע מענטשן.
מען האָט געבראַכט דעם שטרױענעם מאַטראַץ. מען האָט געבראַכט די רױטע ריטער און פּעטרענקאָ האָט נאָך אַ מאָל איבערגעלײענט דעם באַפֿעל…
— קנעפּל זיך אָפּ!
— לײג זיך!…
װי אַ חדר־ייִנגל האָט דער שקלאַף געפֿאָלגט. זײַן שײנקײט, זײַנע בלױע אױגן, אַלץ איז אין ערגעץ פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, אָפּגעמעקט געװאָרן.
אין עטלעכע מינוט אַרום איז ער געלעגן אױף דער נאַרע אַ צעקײַלטער פֿון די ריטער.
אַ שלעכטער מענטש… נאָר אַ רחמנות געװען צו קוקן אױף אים. אין די עטלעכע מינוט איז זײַן פּנים אַלט געװאָרן, מיאוס צעקראָכן… ער האָט געװײנט װי אַ באַבע און די זעלנערס זײַנען צוגעגאַנגען צו אים נענטער און געמורמלט:
— הונט! פֿאַר אַ הונט איז נישטאָ קײן רחמנות!
װאָראָן, זײַן חבֿר, האָט זיך אָפּגעטראָגן אױף דעם טאָג פֿון קאַזאַרמע. קײנער האָט צו דידקאָן קײן װאָרט נישט גערעדט. ער האָט זיך אײַנגענורעט אױף זײַן געלעגער און געשװיגן — פֿאַר אונדז איז ער געװען געשטאָרבן.
1) אוקראַיִנער
2) אַ בריה
3) גרופּע־פֿירער
4) שוחד
5) קאַמפּאַניע
6) די אײבערשטע מאַכט
7) גוטע־ברידער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.