Oyneg Shabes

צער־בעלי־חײם

Compassion For All Living Things

  • Print
  • Share Share

עס דאַכט זיך, אַז נאָר אײערנעכטן האָבן מיר געגעסן חנוכּה־לאַטקעס, און נעכטן זיך מכבד געװען מיט שבֿועותדיקע קנישעקלעך, און אָט, איז שױן װידער צײַט זיך צוגרײטן צום גײַסטיקן תּיקון — צו װאַרטן אױף אַ שנײ אין תּמוז, און זיך דערמאָנען אין דער באַזונדערקײט פֿונעם חודש אָבֿ אינעם ייִדישן לעבן. אַפֿילו אַ הױלער צדיק, אױב ער װעט זיך אַ קראַץ טאָן אין זײַן זכּרון, װעט ער שטענדיק געפֿינען עפּעס אַ זאַך, אַ װאָרט, אַ געשעעניש, װאָס ער װאָלט געװאָלט מתּקן זײַן; װײַל, אײן זאַך איז זיך האַלטן בײַ די תּרי”ג פֿאַרצײכנטע מיצװת, און גאָר אַן אַנדער זאַך איז, דער לעבעדיקער קאָנטאַקט מיטן עולם־הזה און די לעבעדיקע נפֿשות. שטענדיק איז דאָ עפּעס, װאָס עס װילט זיך אױסבעסערן…

די לעצטע טרױעריקע געשעענישן אין בריסל, װען אינעם ייִדישן מוזײ זײַנען דערהרגעט געװאָרן אומשולדיקע מענטשן, װױלע פּשוטע ייִדן, אָט די־אָ גאָר ניט קײן פֿרײלעכע געשעענישן האָבן מיך אומגעקערט צו אַן אַלטן כּתבֿ־יד פֿון אַלי ראָזענצװײַג ז״ל. אַ כּתבֿ־יד, װעלכן ער, אַ טאַטע פֿון פֿינף ייִדישע „רעזעסטאַנס‟־קעמפֿערס, האָט געשריבן אויף אַ בױדעם־באַהעלטעניש אין בריסל, בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. אין יענעם כּתבֿ־יד איז געװען אַ קלײן קאַפּיטל, אין װעלכן אַלי ראָזענצװײַג באַשרײַבט אַ סצענע, װען ער, נאָך ממש אַ קינד, האָט געכאַפּט אַ פֿױגל, צוגעבונדן צו זײַן פֿיסל אַ לאַנגן פֿאָדעם, געלאָזט אים פֿליִען און געהאַט הנאה פֿון זײַן מאַכט איבערן געפֿאַנגענעם פֿױגל.

דער רעזולטאַט פֿון זײַן קינדערישן עקספּערימענט, דערצײלט אַלי ראָזענצװײַג, איז געװען אַ שרעקלעכער — זײַן טאַטע האָט אים געכאַפּט אין מיטן דערינען, און מיט דער הילף פֿון אַ גאַרטל אים גוט אָנגעלערנט דעם תּוכן פֿונעם „צער־בעלי־חײם‟. דער „לימוד‟ האָט געהאַט סײַ פּאָזיטיװע און סײַ נעגאַטיװע קאָנסעקװענצן; דאָס קינד האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַ ייִד דאַרף רחמנות האָבן אױף די בעלי־חײם, אָבער פֿון דער צװײטער זײַט, האָט ער פֿון דעמאָלט אָן מורא געהאַט פֿאַר די חיות און, באַזונדערס, פֿאַר די הינט, אַזױ שטאַרק, אַז אײן מאָל, װען ער, שױן אַ בחורל, האָט דערזען, אַז צו אים דערנענטערט זיך אַ הונט, איז ער גלײַך געפֿאַלן חלשות.

איך קען זיך פֿאָרשטעלן, װאָס ס׳האָט געפֿילט יענער בידנער פֿױגל, װי אױך, װאָס ס׳האָט דאָס בידנע ייִנגל געפֿילט. די מורא פֿאַר די הינט, אָבער, איז מיר ניט באַקאַנט, כאָטש איך דערמאָן זיך, אַז אַ מאָל איז בײַ די ייִדישע קינדער געװען אַזאַ כּישוף־שפּרוך קעגן די הינט. איך ברענג דעם כּישוף־שפּרוך אין אַ דרומדיקער אױסשפּראַך, װײַל נאָר אַזױ גראַמט ער זיך, דהײַנו: „הינט, הינט, פֿאַרמאַך דײַן מינד, דו ביסט אַן עשׂו, און איך בין יעקבֿס קינד‟.

דער הונט מיטן נאָמען מלך האָט אָפּגעלעבט בײַ אונדז אין משפּחה כּמעט פֿופֿצן יאָר, און איך האָב אַ גרױסן ספֿק, צי אָן אים װאָלט איך הײַנט געקענט זיצן און שרײַבן אָט די־אָ שורות. מלך איז געװען אַ רױטער טשעכישער שעפֿערהונט און האָט אױסגעזען װי אַ שטאַלטנער לײב. איך האָב אים אױסגעהאָדעװעט און אױסגעכאָװעט פֿון זײַנע ערשטע טעג אָן, און נאָר װען כ’בין זוכה געװען צו אַ גוטער קרענק, האָב איך פֿאַרשטאַנען און דערפֿילט, אַז זײַן געטרײַשאַפֿט האָט גאָרניט צו טאָן מיטן שטיקל װוּרשט, װעלכן ער פֿלעגט פֿון מיר באַקומען בעת זײַנע לערן־יאָרן. איך בין געלעגן אין קראַנקנבעט, און ער איז געװען דער אײנציקער (אַזױ איז אױסגעקומען), װאָס איז געזעסן לעבן מיר טאָג און נאַכט, זיך ניט צוגערירט צום עסן (כאָטש ער איז געװען אַ גרױסער פֿרעסער), געלעקט מײַנע פֿײַכטע װוּנדן און, אָן אַ פּיפּס, פֿלעגט ער אױפֿשטײן און אונטערשטעלן זײַן פּלײצע, װען איך האָב געדאַרפֿט זיך איבערקאַטשען פֿון בעט אין אַ רעדערשטול. װען איך האָב זיך געװאַלגערט אין די שפּיטעלער, פֿלעגט ער חדשים לאַנג אָפּליגן בײַ דער שװעל און װאַרטן. מיר בײדע האָבן געקעמפֿט מיט מײַן גוטער קרענק, און װען איך בין אין גאַנצן געזונט געװאָרן, איז ער אַװעק…

הײַנט װײס איך שוין ניט, צי איז דער מענטשלעכער צער־בעלי־חײם פּונקט אַזױ אױפֿריכטיק װי דער הינטישער צער־בני־אָדם?…