Oyneg Shabes

משה ענטפֿערט אָפּ די מלאכים

Moses Responds to the Angels

  • Print
  • Share Share

דראַמאַטורגיע איז אפֿשר דער ייִנגסטער זשאַנער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ צענדליק פּיעסעס, װעלכע זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן ביז אין מיט-19טן יאָרהונדערט, האָבן ניט געהאַט קײן פּראַקטישע װערט אָדער סצענישע צוקונפֿט.

דאָס איז באַזונדערס פּאַראַדאָקסאַל, װען מיר לײענען די מדרשים, װעלכע, לױט מײַן מײנונג, האָבן אַ פֿעסטע סטרוקטור פֿון אַ דראַמאַטיש װערק. די מאַקראָ־קאָסמישע סוזשעטן, צו װעלכע די אײראָפּעיִשע ליטעראַטור איז אָנגעקומען ערשט אין דער לעצטער היסטאָרישער תּקופֿה, עקזיסטירט בײַ ייִדן שױן מער װי צװײ טױזנט יאָר. אַזעלכע װאַרעמע באַציִונגען צװישן דעם אײבערשטן, זײַנע מלאָכים און אַ בשׂר־ודם, װעלכע מיר געפֿינען אין אָט דעם־אָ „שבֿועותדיקן‟ מדרש „מלאכים און מענטשן‟, זײַנען זײער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ייִדישער מינדלעכער און שריפֿטלעכער טראַדיציע.

רבי יהושוע בן־לװי האָט געזאָגט: „אין דער רגע, װען משה רבינו איז אַרױף אױפֿן באַרג־סיני, האָבן די מלאכים־משרתים געזאָגט דעם אײבערשטן: ‘רבונו־של־עולם, װאָס מאַכט דאָ, צװישן אונדז, אַ מענטש, װעלכן ס׳האָט געהאַט אַ פֿרױ?’ ענטפֿערט זײ דער אײביקער: „ער איז געקומען צו באַקומען די תּורה‟. און װײַטער טענהן די מלאָכים: „ס’הײסט, אַז דו װילסט איבערגעבן די בשׂר־ודמניקעס דעם אוצר, װעלכן דו האָסט באַהאַלטן בײַ זיך, נאָך פֿאַר דער בריאת־העולם? װאָס איז אַ מענטש, אַז דו זאָלסט אים געדענקען? און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען? גאָט, אונדזער האַר, װי פּרעכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד!‟

און דער אײבערשטער האָט געהײסן משה רבינו: „קום נעענטער און ענטפֿער זײ!‟

זאָגט משה רבינו: „טאַטע באַרעמהאַרציקער, כ’האָב מורא, אַז די מלאכים װעלן מיך אָפּבריִען מיט זײער אָטעם.‟

זאָגט אים דער אײבערשטער: „האַלט זיך פֿאַר מײַן כּיסא־הכּבֿוד און ענטפֿער אױף זײערע טענות!‟

און משה רבינו האָט אָנגעהױבן רעדן: „ריבונו־של־עולם, װאָס שטײט געשריבן אין דער תּורה, װאָס דו האָסט מיר געגעבן?‟

— איך בין ה’, דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצרים, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.

פֿרעגט משה רבינו װײַטער: „חשובֿע מלאכים, צי זענט איר דען אַ מאָל אַראָפּגעגאַנגען קײן מצרים? צי זענט איר דען געװען אונטער פּרעהס מאַכט? איז פֿאַר װאָס זשע דאַרף די תּורה זײַן אײַערע? אױך װײַטער שטײט געשריבן: ‘זאָלסט ניט האָבן אַנדערע געטער פֿאַר מײַן פּנים’. פֿרעג איך אײַך, חשובֿע מלאָכים, צי לעבט איר דען צװישן אַנדערע פֿעלקער, װעלכע בוקן זיך צו די אָפּגעטער? און װײַטער שטײט געשריבן: ‘זאָלסט ניט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון ה’, דײַן גאָט צום פֿאַלשן’. פֿרעג איך אײַך: צי ברענגט איר דען אַרױף גאָטס נאָמען צום פֿאַלשן? און איצט: ‘געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק.’ פֿרעג איך אײַך, חשובֿע מלאכים, צי אַרבעט איר דען אַ גאַנצע װאָך, צי איז פֿאַר אײַך שבת אַנדערש װי די אַנדערע טעג פֿון דער װאָך? און אָט, עס שטײט געשריבן: ‘האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער’. זאָגט מיר ביטע, חשובֿע מלאכים, צי האָט איר דען עלטערן, אַ טאַטע מיט אַ מאַמע? און װײַטער: ‘זאָלסט ניט הרגענען, זאָלסט ניט מזנה זײַן, זאָלסט ניט גנבֿענען…’ עס פֿרעגט זיך אַ קשיא, צי האָט איר דען, חשובֿע מלאכים, אַ נטיה צו די אַלע שרעקלעכע שטיקלעך, צו רישעות?…’

און די מלאכים איז געבליבן נאָר אײן זאַך, דהײַנו, צושאָקלען מיט די קעפּ: „יאָ, משהלע־סערצע, ביסט טאַקע גערעכט…‟