Oyneg Shabes

ש”י עגנון רעדט מאַמע־לשון

Agnon speaks Mame-loshn

  • Print
  • Share Share

ס׳איז ווייניק באַקאַנט, אַז דער גרויסער העברעיִשער שרײַבער ש”י עגנון (1888־1970), וואָס האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור אין 1966, און וואָס זײַן באַקאַנט בילד מיט אַ יאַרמלקע באַצירט דעם 50־שקל־באַנקנאָט אין מדינת־ישׂראל, האָט יונגערהייט זיך אויך געדרוקט אויף ייִדיש. געבוירן מיטן נאָמען שמואל־יוסף הלוי טשאַטשקעס אין דער גאַליצישער שטאָט בוטשאָטש, האָט עגנון אָנגעהויבן שרײַבן אין עלטער פֿון 8 יאָר. צו 15 האָט ער שוין געדרוקט זײַנע ערשטע מעשׂהלעך, אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, און עטלעכע יאָר האָט ער געאַרבעט ווי דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿאַרן זשורנאַל „דער ייִדישער וועקער‟. דער פּסעוודאָנים עגנון, וואָס ער האָט שפּעטער אויך געמאַכט פֿאַר זײַן אָפֿיציעלן פֿאַמיליע־נאָמען, אין 1924, נעמט זיך פֿון זײַן ערשטער מעשׂה, געדרוקט אין ארץ־ישׂראל, אין 1908 — „עגונות‟. דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט אין 1977 אַרויסגעגעבן אַ באַנד פֿון זײַנע שריפֿטן אויף ייִדיש.

עגנונס גאַליציאַנער אָפּשטאַם הערט זיך זייער גוט אין דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו, געמאַכט בײַ אים אין דער היים אין נאָוועמבער 1966. אַז ער איז ניט געווען צו אָנגעלייענט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור איז שוין קלאָר פֿון דעם, וואָס ער באַקלאָגט זיך, אַז ער קען ניט לייענען די מאָדערנע אָרטאָגראַפֿיע. עגנון מישט אויך אַרײַן אַ ביסל דײַטשמעריש, וואָס אָדער ער האָט עס נאָך פֿון בוטשאָטש, אָדער ס׳איז צוגעקומען פֿון זײַנע 11 יאָר לעבן אין דײַטשלאַנד.