Oyneg Shabes

שבתדיקע וויצן

Sabbath Jokes

  • Print
  • Share Share

וואָס האָסטו פֿאַרגעסן?

אַ שווער האָט אַ מאָל באַגעגנט אום שבת אין גאַס זײַן איידעם, רייכערנדיק אַ פּאַפּיראָס, פֿרעגט ער אים:

— האָסט פֿאַרגעסן, אַז שבת טאָר מען ניט רייכערן?

— ניין.

— האָסט פֿאַרגעסן, אַז הײַנט איז שבת?

— ווער ווייסט דען דאָס ניט?

— וואָס דען האָסטו פֿאַרגעסן?

— איך האָב פֿאַרגעסן, אַז איך בין אַ ייִד.


יאָ אַ שוטה, נישט אַ שוטה

אַ רבֿ האָט אַ מאָל שבת געהאַט אַ דרוש און דערקלערט דעם דין, אַז אַ שוטה וואָס ווייסט, אַז ער איז אַ שוטה, איז ניט קיין שוטה.

רופֿט זיך אָפּ איינער:

— רבי! איך ווייס, אַז איך בין אַ שוטה.

— ביסטו נישט קיין שוטה.

— אויב אַזוי, וועל איך רופֿן צום בית־דין אַלע וואָס רופֿן מיך שוטה.

— אויב ווידער אַזוי, — ענטפֿערט אים דער רבֿ, — ביסטו טאַקע אַ שוטה.


מלחמה

— פֿאַר וואָס דאַרף אַ חתונה־געהאַטער, לויטן ייִדישן דין, דאָס ערשטע יאָר נאָך דער חתונה ניט גיין אויף דער מלחמה?

— ווײַל אויף צוויי מלחמות מיט אַ מאָל גייט מען ניט.