לעבן וואַסער אויף אַ שטיין זיצט אַ זשאַבעלע אַליין. טראַכט די זשאַבע: „מיר איז נעבעך קאַלט, איך ציטער — ווערן אַלט איז טאַקע ביטער. פֿאַר וואָס קומען ניט באַזוכן מיך די אייניקלעך מיט קוכן — צו פֿאַרנומען זײַנען זיי?‟ גיט די פֿרומע אַ געשריי: „אַדרבא! אַן אויפֿגאַבע פֿאַר יעדער זשאַבע איז צו קומען צו איר באַבע. סתּם פֿויליאַקעס און פּראָסטאַקעס, וואָס עס קומט זיי עשׂר מכּות… נאָר איך טראַכט זיך, אַז עס מאַכט זיך פֿאַר אַ זשאַבע אין די יאָרן איז שוין צײַט אַוועקצופֿאָרן — בעסער, ווען איך וווין אין איינעם מיט משפּחה אָדער שכנים‟.
שפּרינגט זי גלײַך אַרײַן אין וואַסער און איר נאַסע נאָז ווערט נאַסער; שווימט זי נאַזנדיק געשווינדער איבער טײַכל צו די קינדער.
„אוי, איר פֿוילע ליידיק־גייער!‟ שרײַט די באַבע אויף די אייער, וואָס זי זעט בײַם ברעג דאָרט ליגן. „באָזשע מוי, געוואַלד געשריגן! וויפֿל צײַט איך האָב פֿאַרלוירן, די אייניקלעך — נאָך ניט געבוירן! וואָס וואַרטן זיי נאָך אויף משיח? קינדערלעך, זײַט זיך מטריח, קומט אַרויס שוין פֿון די אייער! זיך פֿאַרשפּעטיקט האָט איר זייער‟.
אָבער אין די אייער שלאָפֿן קאָפּעקלעך ווי פֿילאָסאָפֿן, חלומען פֿון הויכע זאַכן, רעדן אויף מלאָכים־שפּראַכן. (אַ קאָפּעקל טאָר מען ניט וועקן — ער קען, חלילה, זיך דערשרעקן.) קען די באַבע בלויז אויסטיילן אייער און זיי איבערציילן: „איינס איז ברוך, צוויי איז בערל, פּינחס, פּרץ, פּסח, פּערל; אַבֿנר, אַהרן, אַריה, אַבא — וועט ער זיכער זײַן אַ שיינע זשאַבע — ביילע, באַשע, ברכה, בינה, דוד, דבֿורה, דן, עדינה, לאָזער, ליבע, לוי, לאה, חיים (נעבעך חסר־דעה), שׂימחה, סראָליק, סענדער, שׂרה, קלוגער קלמן (קיין עין־הרע), גרשון, גאָלדע, אַבֿיגיל, אסתּרל די אשת־חיל; משה, מענדל, מאַטעס, מאיר — אַלע ליגן נאָך אין די אייער‟ — ציילט זי ווײַטער נאָך און נאָך (צוויי טויזנט אייער האָט זי דאָך), און קוקט אַרויס שוין אויפֿן טאָג ווי אַ פֿראָש־גינעקאָלאָג. ווי גוט וועט זײַן איר, סוף־כּל־סוף, ווען זיי כאַפּן זיך אויף פֿון שלאָף!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.