מיט יאָרן צוריק האָב איך אָנגעשריבן מײַן ערשטע לענגערע נאָװעלע. הײסן האָט זי געהײסן „דער נאַכט־מלאך‟. צו יענער צײַט האָב איך שױן געװוּסט, אַז אַלץ אױף דער װעלט איז אָפּהענגיק פֿון דער צײַט, נאָר זי, די צײַט, איז אומאָפּהענגיק פֿון די בשׂר־ודמס. כ’האָב אַפֿילו אױסגעמיטן אָנצוּװײַזן די פּינקטלעכע סימנים פֿון אַ װעלכער ניט איז היסטאָרישער תּקופֿה, און איך געדענק, אַז די ליטעראַטור־קריטיקער האָבן ניט געקענט פֿעסטשטעלן, צי די געשעענישן קומען פֿאָר גלײַך נאָך די תּח־ותּט־גזירות, צי נאָכן לעצטן חורבן. אַזױ אַרום, איז פֿאַר מיר, אַ יונגן שרײַבער, געבליבן אַקטועל נאָר אײן און אײנציקע טעמע — די באַציִונגען צווישן „מענטש — צײַט — גאָט‟“, און לױט מײַן מײנונג, איז דער טאַנדעם „צײַט־מענטש‟ דער װיכטיקסטער פּרט בײַם פֿאַרשטײן און אױפֿנעמען דעם באַגריף „גאָט‟. פֿון דעמאָלט אָן איז פֿאַרבײַ אַ האַלבער יובֿל, נאָר קײן אײן מענטש אױף דער װעלט איז ניט געװאָרן נענטער צו דער אַנטדעקונג פֿונעם סוד, װעלכער ליגט באַהאַלטן אין דער פֿאָרמל „גאָט — צײַט — מענטש‟.
אינעם שטײגער־לעבן באַנוצן מיר, אײגנטלעך, נאָר צװײ צײַטמאָסן, דװקא די, װעלכע העלפֿן אונדז צו כאַראַקטעריזירן די איצטיקע פּאָזיציע פֿון אונדזער עלטער, דהײַנו: איך בין צען יאָר אַלט, אָדער די דױערמאָס פֿון אַ געשעעניש, צום בײַשפּיל, די רײַזע האָט געדױערט צװעלף שעה. מיר האָבן אָן אַ שיעור בײַשפּילן, אַז פּונקט אַזױ איז דאָס געװען מיט טױזנטער יאָר צוריק.
מע דערצײלט, אַז עפּעס אַ װאַנדערער האָט דערזען זיצן בײַם שליאַך דעם פֿילאָסאָף סאָקראַטעס און אים אַ פֿרעג געטאָן: „װיפֿל צײַט איז מיר געבליבן צו גײן ביז דער שטאָט?‟ האָט סאָקראַטעס אים געענטפֿערט: „הײב אָן צו גײן‟. יענער האָט זיך געלאָזט גײן, און װען ער האָט זיך דערװײַטערט פֿון סאָקראַטעסן אױף צװאַנציק מעטער, האָט ער אים אַ געשרײ געטאָן: „אין צװײ שעה אַרום װעסטו אָנקומען צום שטאָט־טױער‟. „פֿאַר װאָס זשע האָסטו עס מיר פֿריִער ניט געזאָגט?‟ — האָט מיט כּעס געפֿרעגט דער װאַנדערער. „אָ, אַ חכם־בלילה… פֿון װאַנען האָב איך געװוּסט מיט װאָס פֿאַר אַ שנעלקײט װעסטו גײן?…‟
יעדער מענטש װײסט, אַז ס’איז דאָ אַ ציװילער קאַלענדאַר און ס’איז דאָ אַ ייִדישער לוח; ס’איז דאָ צײַט און ס’איז דאָ אַ „ייִדישע צײַט‟. איך מײן, אַז ס’איז ניטאָ קײן ייִד אױף דער װעלט, װעלכער געדענקט ניט די װערטער פֿון יהודה בן־תּימא: „בן חמש שנים — למקרא… בן שלום עשׂרה — למצװת… בן שמונה עשׂרה — לחופּה… [צו 5 יאָר — לערנען תּורה… צו 13 יאָר — טאָן מיצווות… צו 18 יאָר — חתונה האָבן]‟ — און אַזױ װײַטער, ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. צי עס האָט זיך עפּעס געביטן פֿון יענער צײַט, װען די מסכּת „אָבֿות‟ איז פֿאַרשריבן געװאָרן? כּמעט גאָרניט, נאָר די מאָדערנע ציװיליזאַציע (?) האָט סוף־כּל־סוף פֿאַרשטאַנען, אַז מע דאַרף אָנהײבן לערנען די קינדער בײַ פֿינף יאָר.
אין שײַכות מיט די יונגע טאַלאַנטן און דער עלטער, דערצײלט מען אַ מעשׂהלע װעגן װאָלפֿגאַנג־אַמעדעוס מאָצאַרטן און אײנעם אַ בחור:
דער בחור האָט אַ מאָל געפֿרעגט אַן עצה בײַ מאָצאַרטן, װי אַזױ שרײַבט מען אָן אַ סימפֿאָניע? „אָ, — האָט אים געענטפֿערט מאָצאַרט, — איר זענט נאָך זײער יונג. פֿאַר װאָס זאָלט איר ניט אָנהײבן פֿון עפּעס אַ באַלאַדע?‟ דער בחור האָט זיך געמאַכט יאָלדעװאַטע: „אָבער איר האָט דאָך אָנגעשריבן אײַער ערשטע סימפֿאָניע, װען איר זענט נאָר נײַן יאָר אַלט געװען!?‟ — „אמת, — האָט געענטפֿערט מאָצאַרט, — אָבער איך האָב בײַ קײנעם ניט געפֿרעגט קײן עצה װי אַזױ טוט מען דאָס.‟
אַ קינסטלער, אױב ער איז אַ קינסטלער, האַלט אין אײן טענהן צו זיך אַלײן, צי פֿאַרפֿירט ער ניט דעם לײענער מיט זײַנע מחשבֿות און מיט זײַנע װערק. מע דערצײלט, אַז עפּעס אַ יונגער דראַמאַטורג האָט זיך צוגעטשעפּעט צו װאָלטערן, נאָר װי אַ פּיאַװקע, ביז יענער האָט ניט אױסגעהערט יענעמס אַ פּיעסע. איבערגעלײענט און געבליבן װאַרטן אױף װאָלטערס „אורטײל‟. „יונגער־מאַן, — האָט נאָך אַ לאַנגער פּױזע געזאָגט װאָלטער, — אַזעלכע פּיעסעס װעט איר קענען שרײַבן, װען איר װעט װערן זײער אַלט און באַרימט, אָבער ביז יענער צײַט דאַרפֿט איר אָנשרײַבן עפּעס בעסערס.‟
מײַן ערשטע לענגערע נאָװעלע, „דער נאַכט־מלאך‟ האָב איך אָנגעשריבן מיט אַ סך יאָרן צוריק, נאָר פֿון יענער צײַט האָט זיך די צײַט ניט געביטן, לכּל־הפּחות אין מײַנע אױגן. „די צײַט האָט געװעבט אירע געהײמע נעצן. מע האָט געקענט זען פֿאַרשידענע סימנים, אַז די צײַט לעבט, אָבער קײנער איז נישט בכּוח געװען אַרײַנצוקוקן אין איר נשמה, װײַל די צײַט איז אײביק. און די צײַט הײסט — גאָט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.