Oyneg Shabes

כּוח פֿון אַ גוט צעטל

The Power of a Holy Note

  • Print
  • Share Share

שירע גאָרשמאַן, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט ליב געהאַט איבערחזרן: ניט אַזױ דאָס קעלבל װיל זױגן, װי די קו װיל אױסגעזױגט װערן. אַנטקעגן װאָס פֿלעגט זי דאָס זאָגן? טאַקע מכּוח די באַציִונגען צװישן דעם קינסטלער און דעם צושױער; צווישן דעם צוהערער און לײענער. די זעלבע קעגנזײַטיקע באַציִונג, מײן איך, עקזיסטירט אין דער אַלגעמײנער גײַסטיקער ספֿערע — דער אײבערשטער האַלט אין אײן װאַרטן, אַז די מענטשן זאָלן מיט זײערע גוטע כּװנות און מעשׂים־טובֿים פֿאַרװאַנדלען דעם טרױער און תּעניתים אין שׂימחות און פֿרײלעכע סעודות. צו דעם־אָ סאָרט גײַסטיקע שטרעבונגען געהערן די גוטע כּװנות פֿון די פֿרומע ייִדן אַרײַנצוברענגען אַ ביסל מער פֿרײד און האָפֿענונג אין דער שװערער טאָג־טעגלעכער פּראַצע.

י”ז בתּמוז, װי באַװוּסט, איז בײַ ייִדן אַ טרױער־טאָג און אַ תּענית. און טאַקע מיט דעם־אָ טאָג איז פֿאַרבונדן די געשיכטע מיט דער סגולה־פֿאָרמולע: נַ נַחְ נַחְמָ נַחְמָן מְאוּמַן. אײגנטלעך, איז דאָס נאָר אײן שורה פֿון אַ צעטל, װאָס אַ גוטער ייִד, ר’ ישׂראל־בער אָדעסער, האָט עס אין יאָר 1922 געפֿונען אין רבי נתן בראַסלעװער ספֿר „ליקוטי מוהר’ן‟. און געשען איז דאָס אום תּענית־טאָג, י”ז בתּמוז. עס איז דאָ אַ גבֿית־עדות, אַז פֿון אין דער פֿרי אָן האָט ער זיך געפֿילט זײער שװאַך, ניט געקענט בײַשטײן דעם הונגער און האָט גוט אָפּגעגעסן. אַ טרױעריקער און אַ דערשראָקענער איז ער אַרײַן אין זײַן צימער אין בית־המדרש אין טבֿריה און אױפֿגעמאַכט די „ליקוטי מוהר’ן‟.

ער האָט ביטער געװײנט און געבעטן מחילה בײַם אײבערשטן פֿאַר זײַן שװאַכקײט. װען ר’ ישׂראל־בער איז אױפֿגעשטאַנען, האָט ער גלײַך דערזען אַ צעטל, װאָס איז אַרױסגעפֿאַלן פֿונעם ספֿר. ר’ ישׂראל־בער האָט געגלײבט, אַז דאָס צעטל איז אים געשיקט געװאָרן פֿון רבי נחמן בראַסלעװער, און אַ סימן דערױף איז געװען די לעצטע שורה פֿונעם צעטל: „יז בתמוז יאמרו שאינך מתענה‟ — י”ז בתּמוז וועט מען זאָגן, אַז דו פֿאַסט נישט. װער דען, אַחוץ דעם צדיק־הגדול, ר’ נחמן בראַסלעװער, זצ”ל, האָט געקענט װיסן, אַז ער, ר’ ישׂראל־בער האָט הײַנט ניט געפֿאַסט?!

אַזױ דערצײלט ר’ ישׂראל־בער אָדעסער אין זײַנע „קונטרסים‟ און זכרונות. מע דאַרף נאָר אונטערשטרײַכן, אַז ר’ ישׂראל־בער אַלײן האָט קײן מאָל ניט געהאַלטן, אַז די־אָ שורה — נַ נַחְ נַחְמָ נַחְמָן מְאוּמַן — איז אַ סגולה־פֿאָרמולע אָדער אַ מינדלעכע קמיע.

אַ מאָדנע פֿאָלק זײַנען מיר, ייִדן. פֿון אײן זײַט, גלײבן מיר אין נסים, און פֿון דער צװײטער זײַט, אַז ס׳געשעט שױן יאָ עפּעס אַ שטיקל נס, הײבן מיר אָן אויסלאַכן די װוּנדערלעכע געשעעניש. פּונקט אַזױ איז געשען מיט ר’ ישׂראל־בערס צעטל. אָט הערט אַ מעשׂה. די סלאָנימער חסידים דערצײלן, אַז דער נס מיטן צעטל האָט גאָר אַן אַנדערן, אַ מענטשלעכן אָפּשטאַם. און די מעשׂה שהיה כּך היה… אין יענעם תּענית־טאָג, י”ז בתּמוז איז אַ סלאָנימער חסיד ר’ יואל אַשכּנזי אַרײַנגעגאַנגען אין אַ װײַבערשול און דערזען דאָרטן אַ יונגן בחור, װעלכער איז געזעסן בײַם טיש און ביטער געװײנט, ממש געקלאָגט און געיאָמערט. ר’ יואל האָט אױף אים רחמנות געהאַט, אָנגעשריבן אַ נחמה־צעטל און אַרױפֿגעלײגט אױפֿן ספֿר „ליקוטי מוהר’ן‟, איבער װעלכן ס׳האָט געװײנט דער בחור.

אַזױ צי אַנדערש, נאָר דאָס צעטל, געשריבן אױף לשון־קדוש און ייִדיש, עקזיסטירט. אױפֿן צעטל שטײט אױפֿגעשריבן אַ הסכּמה פֿון ר’ משה פֿײַנשטײן: „והוא דבֿר נפֿלא‟ — און דאָס איז אַ װוּנדערזאַך. און דאָס איז דאָס װוּנדערלעכע צעטל אין איבערזעצונג אױף ייִדיש:

„זייער שווער איז מיר געווען אַראָפּצוקומען צו דיר, מײַן טײַערער תּלמיד,

כּדי צו זאָגן דיר, אַז איך האָב געהאַט אַ גרױסע הנאה פֿון דײַן עבֿודה

און אויף דיר האָב איך געזאָגט —

מײַן פֿײַערל וועט טליִען ביז משיח וועט קומען

זײַ שטאַרק און דרײסט

אין דײַן עבֿודה

נַ נַחְ נַחְמָ נַחְמָן מְאוּמַן

און מיט דעם וועל איך דיר אַנטפּלעקן אַ סוד:

פֿיל אָן און פֿיל איבער פֿון עק װעלט ביז עק װעלט (פצפציה)

און מיט פֿאַרשטאַרקן די עבֿודה וועסטו דאָס פֿאַרשטיין

און אַ צייכן דערפֿון איז

י”ז בתּמוז וועט מען זאָגן, אַז דו פֿאַסט נישט.