סוף 19טן יאָרהונדערט, פּונקט אין דער זעלבער צײַט, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן די פֿעמיניסטישע רעװאָלוציע, איז געשען אַ זאַך, װעלכע האָט אױפֿגערודערט די קרימינעלע װעלט אױף אַלע קאָנטינענטן. צום ערשטן מאָל, זינט עס עקזיסטירט די אָרגאַניזירטע קרימינעלע געזעלשאַפֿט, איז אַ פֿרױ געקרױנט געװאָרן מיטן טיטל „אַ בלאַטע גנבֿטע‟.
דער־אָ טיטל האָט איר געגעבן רעכט צו מישפּטן די בלאַטע גנבֿים בעת די קרימינעלע געריכטן, װי אױך אָנטײלצונעמען און שטימען אױף די געהיימע צונויפֿקומענישן פֿון די קרימינעלע אױטאָריטעטן. די פֿרױ האָט געהײסן שׂרה־שײנדל בלוּװשטײן (מײדלװײַז, שׂרהלע סאָלאָמאָניאַק) און האָט געשמט װי די פֿעיִקסטע גנבֿטע־אַװאַנטוריסטקע אױף דער װעלט. בעת דער קרױנונג האָט שׂרהלע געקראָגן אַ הילכיקן בלאַטן צונאָמען „סאָנקעלע אַ גאָלדן הענטל‟.
שׂרה־שײנדל סאָלאָמאָניאַק איז געבױרן געװאָרן אין דער רוסישער אימפּעריע, אין אַ שטעטל ניט װײַט פֿון װאַרשע. זי האָט באַקומען אַ גוטע בילדונג, געקענט אַ סך שפּראַכן און איז געװען אַן אױסגעצײכנטע „שױשפּילערין‟. איר קרימינעלע פֿאַנטאַזיע האָט ניט געהאַט קײן גרענעץ, אירע „גאָלדענע פֿינגער‟ זײַנען געװען גרינגער פֿון פּוך, און עס דאַכט זיך, אַז עס ניט געװען אין יענע צײַטן קײן אײן מאַנצביל אױף דער װעלט, װעלכער וואָלט זיך ניט געקענט פֿאַרליבן אין איר.
עס זײַנען געבליבן שריפֿטלעכע גבֿית־עדות, אַז בעת יענער היסטאָרישער קרימינעלן צונויפֿקומעניש אין מאָסקװע, װען די בלאַטע אױטאָריטעטן האָבן זי געקרױנט װי אַ „ריכטיקע גנבֿטע‟, האָט עמעצער פֿון די גרױסע אױטאָריטעטן געפֿאָדערט בײַ שׂרהלען, אַז זי זאָל זײ װײַזן עפּעס פֿון איר „מײַסטערשאַפֿט‟. שׂרה־שײנדל איז שטיל אױפֿגעשטאַנען, איז צוגעגאַנגען צום „מלך‟, פֿאַרקאַטשעט די פּאָלע פֿון איר קלײד, אַרױסגענומען (כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד) פֿון די אונטערהױזן און אַרױפֿגעלײגט אױפֿן טיש דרײַ גאָלדענע זײגערלעך מיט לאַנגע קײטלעך און צװײ מאַסיװע מענערישע רינגען מיט בריליאַטן, װעלכע זי האָט באַװיזן אַראָפּצונעמען פֿון די בײַװעזנדע געקרױנטע אורקעס. פֿון דעמאָלט אָן איז שׂרה־שײנדל בלוּװשטײן געװאָרן אַ בלאַטע גנבֿטע, „סאָנקעלע אַ גאָלדן הענטל‟.
שׂרהלע איז געװען זײער אַ שײנע און זײער אַ „פֿרײַע‟ פֿרױ. איך מײן, אַז אױך זי אַלײן האָט נישט געדענקט, װיפֿל מאָל האָט זי חתונה געהאַט, נאָר איר צװײטן אָפֿיציעלן מאַן, דעם באַװוּסטן קאָרטן־שװינדלער מעכל בלוּװשטײנען, האָט זי שטאַרק ליב געהאַט. דאָס „שײנע פּאָרל‟ האָט געהאַט צװײ טעכטער — טאָבע און מיכלע. אַגבֿ, בײדע זײַנען זיי געװאָרן פּאָפּולערע אַקטריסעס אין דעם מאָסקװער אָפּערעטע־טעאַטער.
„סאָנקעלע אַ גאָלדן הענטל‟ איז געװען אַרעסטירט אַרום צװאַנציק מאָל, אָבער יעדעס מאָל פֿלעגט זי אַנטלױפֿן אָדער פֿון דער תּפֿיסה, אָדער פֿון דער קאַטאָרגע. אַז דער פּאָליצײ איז נימאס געװאָרן אַרומצולױפֿן נאָך סאָנקעלען איבער גאַנץ אײראָפּע, האָט מען זי סוף־כּל־סוף געפּאַקט, פֿאַרקאָװעט אין קײטן און פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטײַג אױפֿן װילדן אינדזל סאַכאַלין. אַ נעכטיקער טאָג… אױך פֿון דאָרטן איז זי אַנטלאָפֿן, אַזש דרײַ מאָל. מע האָט זי װידער געכאַפּט און צוגעקאָװעט צו דער קאַמער־װאַנט.
דװקא אין יענער אײנצל־קאַמער האָט זי אין 1890 באַזוכט דער גרױסער רוסישער שרײַבער אַנטאָן טשעכאָװ. אין זײַן בוך „דער אינדזל סאַכאַלין‟ האָט טשעכאָװ געשריבן: „… זי איז קלײנװוּקסיק און דאַר, אַ פֿרױ מיט גרױע האָר און אַ צעקנײטשט פּנים, און אַז מע קוקט אױף איר, קען מען ניט גלײבן, אַז ניט לאַנג צוריק איז זי געװען אַזױ שײן, אַז זי פֿלעגט פֿאַרכּישופֿן אירע טורמע־אױפֿזעערס.‟
„סאָנקעלע אַ גאָלדן הענטל‟ איז געשטאָרבן אױף דער קאַטאָרגע פֿון אַן אײנפֿאַכער פֿאַרקילונג. זי איז געװען זעקס און פֿופֿציק יאָר אַלט.
שׂרה־שײנדל בלוּװשטײן און אירע קרימינעלע „מעשׂים־טובֿים‟ זײַנען פֿאָלקלאָריזירט און מיטאָלאָגיזירט געװאָרן אױף אַזױ װײַט, אַז אין מאָסקװע האָט מען געשטעלט אַ דענקמאָל אין אָנדענק פֿון „סאָנקעלע אַ גאָלדן הענטל‟. װאָס קען מען דאָ זאָגן?… איך קען נאָר איבערחזרן דעם אויסדרוק פֿונעם בריטישן פּאָעט, געװין עװאַרט: די שלעכטע מענטשן טוען אַזעלכע זאַכן, װעגן װעלכע די גוטע מענטשן קענען נאָר טרױמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.