עס דאַכט זיך, אַז ס’איז ניטאָ אױף דער װעלט קײן אײן זאַך, קײן געשעעניש אָדער טעמע, עס זאָל נישט האָבן געווען באַשריבן אין דער ליטעראַטור. עס זײַנען ניט געבליבן קײן פּראָבלעמען, מע זאָל זיי ניט האָבן געװען גוט באַהאַנדלט און אױסגעפֿאָרשט אין די װיסנשאַפֿטלעכע לאַבאָראַטאָריעס און אינסטיטוטן, און גלײַך מיט דעם קען מען יעדעס מאָל געפֿינען עפּעס אַן אינפֿאָרמאַציע, װעלכע זעט אױס װי אַ נאָװינע און אַ װוּנדער.
װי גרױס עס זאָל ניט זײַן אונדזער מוח, און װי פֿעיִק עס זאָל ניט זײַן דער אָדער יענער מענטש, װעט ער סײַ־װי ניט קענען ניט נאָר אױפֿנעמען, אָבער אַפֿילו אײבערפֿלעכלעך איבערקוקן דעם שלל פֿון דער נײַער אינפֿאָרמאַציע, װעלכע באַװײַזט זיך טאָג־אײַן טאָג־אױס אױף די זײַטלעך פֿון כּל־מיני אינפֿאָרמאַציע־שריפֿטן. מע דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם קאָפּ, כּדי אױפֿצונעמען כאָטש אַ כּזית פֿון די בערג נײַעס, און אין דעם פֿאַל פֿאַרלאָזן מיר זיך אױף אונדזער מוח, װײַל מיר אַלע מײנען, אַז אונדזערע „הײמישע‟ געהירן װעלן אונדז קײן מאָל ניט פֿאַרפֿירן.
אין דעם־אָ פֿאַרפֿירערישן פּאָסטולאַט, אַז אונדזער מוח איז אונדז געטרײַ, שטעקט אַ סך נאַיִװע נאַרישקײט. דװקא ער, אונדזער כּאילו איבערגעגעבענער מוח, מאַניפּולירט מיט אונדזער באַװוּסטזײַן, װי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ליגנער און כּישוף־מאַכער. עס איז שװער צו זאָגן, װער פֿון װעמען האָט זיך אָנגעשטעקט — דער מוח פֿון די כּישוף־מאַכערס, אָדער די כּישוף־מאַכערס פֿונעם מוח. דער שײנער האָקוס־פּאָקוס באַשטײט אין דעם, אַז מיר פֿאַרטרױען אונדזער „טײַערן אבֿר‟ און דערװאַרטן ניט פֿון אים קײן פֿױלע שטיק, אָבער דער מוח נוצט עס אױס אױף אַן עלעגאַנטן מאַרװיכערישן אופֿן, בפֿרט מיט דער הילף פֿון די אױגן. די ייִדן זאָגן דאָך: מיט װאָס פֿאַר אַן אױג קוקט מען יענעם אָן, אַזאַ פּנים האָט ער.
צווישן די באַקאַנטע שפּיצלעך, װעלכע עס שפּילט אָפּ אונדזער מוח, הײסט, די „בלינדקײט פֿון זײַן ניט־אױפֿמערקזאַם‟. די טױזנטער עקספּערימענטן האָבן פֿעסט באַװיזן, אַז די מערהײט מענטשן זײַנען ניט מסוגל צו באַמערקן און פֿאַרגעדענקען אַ װעלכן ס‘ניט איז בײַט פֿון אַן אָביעקט, װעלכן מ‘האָט געזען מיט אַ מינוט צוריק. צום בײַשפּיל, איר קאָכט קאַװע און אין דער זעלבער צײַט באַטראַכט איר עפּעס אַ רעקלאַמע אין אַ זשורנאַל מיט אַ בילד פֿון אַ באַװוּסטן אַקטיאָר, און איר שטעלט זיך אױף אַ רגע אָפּ, כּדי אָנגיסן די קאַװע אין אַ טעסל; אָט דאָ װעל איך אײַך אונטערלײגן דעם זעלבן זשורנאַל מיט דער זעלבער רעקלאַמע און מיט דעם זעלבן אַקטיאָר, נאָר כ’װעל בײַטן דעם קאָליר פֿונעם קראַװאַט.
ס’רובֿ מענטשן אין אַזאַ סיטואַציע װעלן אָדער ניט באַמערקן די ענדערונג, אָדער ניט קענען אָנרופֿן דעם ריכטיקן קאָליר פֿונעם קראַװאַט אױפֿן ערשטן בילד. איך רעד ניט װעגן אַ ספּעציעלער אױפֿגאַבע, נאָר װעגן דער שטײגער־טעטיקײט פֿון אַן אײנפֿאַכן מענטשן. אָט דער־אָ פֿענאָמען האָט צו טאָן מיט דער „בלינדקײט פֿון זײַן ניט־אױפֿמערקזאַם‟, װײַל אױב דער מוח װעט זיך באַשעפֿטיקן מיט באַאַרבעטן אַלע פּרטים און פּיטשעװקעס פֿון די אָנקומענדיקע בילדער, װעט דער מענטש פּשוט אַראָפּ פֿון זינען. דעריבער איז אונדזער מוח אַזאַ איבערקלײַבער און קאָנצענטרירט זיך נאָר אױף יענע פּיטשעװקעס, װעלכע קענען, לױט זײַן מײנונג, אונדז אַ מאָל צו ניץ קומען.
אױב מיר װעלן זיך אומקערן צום עקספּערימענט מיטן קאָליר פֿונעם קראַװאַט, װעלן מיר גלײַך פֿאַרשטײן, אַז אונדזער מוח איז גרײט אונדז אָפּנאַרן און װעט אײַך לאָזן אָנרופֿן אַ ניט קײן ריכטיקן קאָליר, װײַל פֿאַר אײַך פּערזענלעך, פֿאַר אײַער לעבן האָט עס ניט קײן גרױסן באַדײַט, און דער מוח זאָגט אײַך דאָס בפֿירוש אונטער: פּטרט ניט קײן טײַערע צײַט פֿון אײַער לעבן אױף אַזעלכע נישטיקע זאַכן.
אונדזערע אױגן װערן אָן אַ סוף אַטאַקירט מיט װיזועלער אינפֿאָרמאַציע, דעריבער נעמט אױף אונדזער מוח און באַאַרבעט נאָר דאָס, װאָס ער האַלט פֿאַר נײטיק, אַנדערש װאָלט אונדזער קאָפּ געפּלאַצט פֿונעם שלל מיסט־אינפֿאָרמאַציע.
מענטשן, האָט רחמנות אױף אײַערע אױגן און פֿאַרגעסט ניט, אַז זײ מאַכן יעדן טאָג דורך אַ מהלך פֿון אַריבער 80 קילאָמעטער, אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.