אַן עושר, זייער אַ קאַרגער, איז געשטאָרבן. אַזוי לאַנג ווי דער מת איז געלעגן אין דער היים האָט דער זון נישט געוויינט. אָבער ווען מען האָט גענומען קלאַפּן אין דער פּושקע: „צדקה תּציל ממות‟, האָט דער זון גענומען וויינען.
אַז מען האָט געפֿרעגט דעם זון, פֿאַר וואָס ער וויינט גראָד איצט, האָט ער געענטפֿערט:
— אַז מען רופֿט צו צדקה און מײַן פֿאָטער לויפֿט ניט אַוועק, איז אַ סימן, אַז ער איז טאַקע טויט אויף אַן אמת…
אַן אָרעמער געלטקלײַבער האָט היפּש געלט צוזאַמענגעקליבן, און פֿון איינעם אַ שטאַרקן קלאַפּ באַקומען. האָט ער דערציילט: אַזוי שיין געלט געמאַכט מיט איין קלאַפּ!
אויף אַ לוויה פֿון אַן עושר האָט אַן אָרעמאַן שטאַרק געוויינט. אַז מען האָט אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער וויינט, ער איז דאָך נישט געווען קיין קרובֿ פֿונעם מת, האָט ער געענטפֿערט:
— אָט טאַקע אויף דעם וויין איך דאָך!
אַ גרויסער גבֿיר אַן אַפּיקורס איז געשטאָרבן, האָט די חבֿרה קדישא זיך געהייסן געבן פֿאַר אַ קרקע 500 גולדן, אין דער צײַט ווען דער געוויינטלעכער פּרײַז איז נאָר 50 גולדן. האָבן די קינדער איבערגעטראָגן די זאַך אין געריכט.
פֿרעגט דער ריכטער דעם גאָון ר׳ עקיבֿא אייגער: פֿאַר וואָס הייסט איר זיי געבן אַזוי פֿיל?
— דערפֿאַר, — ענטפֿערט ר׳ עקיבֿא, — ווײַל מיר אַלע גלייבן אין תּחית־המתים, וועלן מיר האָבן אַ מאָל צוריק דאָס שטיקל פֿעלד. זיי גלייבן אָבער נישט, פֿאַרנעמען זיי הייסט עס דאָס שטיקל לאַנד אויף אייביק — זאָלן זיי דערפֿאַר אַזוי באַצאָלן.
און זיי האָבן טאַקע באַצאָלט…
אַ קריסטלעכער לערער האָט אַ מאָל צוגעזאָגט זײַנע תּלמידים אַ באַלוינונג פֿאַר יענעם, ווער עס וועט טרעפֿן, ווער ס׳איז געווען דער גרעסטער מענטש אין דער וועלט־געשיכטע.
איינער האָט געזאָגט „וואַשינגטאָן‟ אַ צווייטער — „לינקאָלן‟, וכדומה. דער איינציקער ייִדישער תּלמיד האָט זיך אָנגערופֿן: „יעזוס!‟
— ווי קומט עס צו דיר אַזאַ ענטפֿער? — האָט זיך דער לערער געוווּנדערט. — דו ביסט דאָך אַ ייִד.
— „ביזנעס איז ביזנעס‟, — האָט דאָס ייִנגל געענטפֿערט. און ער האָט טאַקע געקראָגן דעם פּרײַז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.