Oyneg Shabes

פּאַריזער היסטאָרישע קוריאָזן

Historical Parisian Anecdotes

  • Print
  • Share Share

פּאַריז שמט איבער דער װעלט װי די „ליכטשטאָט‟!

אַ שם, װעלכן עס האָבן איר פֿאַרשאַפֿן די אָנצאָליקע גרױסע געשעענישן, װאָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין אירע מױערן; װי אױך די גרױסע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן דאָ געלעבט, געשאַפֿן, געחלומט, געליטן און געלאַכט.

דאָס לאַכן פֿון אירע באַרימטע בני־עיר און גײַסטרײַכע קינדער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטן פֿײַערװערק, װאָס בלענדט מיט װוּנדערלעכע נשמה־פֿאַרבן און שפּילעװדיקער טיפֿקײט פֿון פֿראַנצײזישן הומאָר און חכמה.

עפּעס פֿון דער חכמה אין דער פֿאָרם פֿון היסטאָרישע קוריאָזן איז דאָ אײַנגעזאַמלט געװאָרן פֿאַרן ייִדישן לײענער און ליבהאָבער פֿון דער „ליכטשטאָט‟, פּאַריז.

יחזקאל קאָרנהענדלער


געפֿונען אַ טרײסט

דער דיכטער פֿראַנסואַ װילאָן, װאָס האָט געלעבט אין 15טן יאָרהונדערט, איז געװען װײַט פֿון זײַן אַ צדיק, װײַל אַחוץ אַ פּאָעט, איז ער אױך געװען זײער אָנגעזען אין דער פּאַריזער אונטערװעלט. פֿאַר זײַנע „מעשׂים־טובֿים‟ איז ער טאַקע פֿאַרמישפּט געװאָרן צום אױפֿהענגען, און בעת מע האָט אים געפֿירט צו דער תּליה, האָט ער אַ זאָג געטאָן צום עולם, װאָס האָט אים אַרומגערינגלט:

— עס מאַכט נישט אױס… זאָל דער קאָפּ כאָטש אײן מאָל דערפֿילן, װיפֿל דער הינטן װעגט!


ער מישט זיך נישט

גיִיאָם בידע, אײנער פֿון די גרױסע פֿראַנצײזישע אינטעלעקטואַלן פֿון 16טן יאָרהונדערט, איז געזעסן אָפּגעשלאָסן אין זײַן קאַבינעט, פֿאַרטיפֿט אין שטודירן די גריכישע שפּראַך. אין דעם מאָמענט האָט די דינסט אױפֿגעריסן די טיר פֿון זײַן אַרבעטס־צימער:

— באַלעבאָס! אַ פֿײַער איז אױסגעבראָכן אין דער קיך!

דער געלערנטער, װעלכן ס’האָט זיך נישט געגלוסט זיך אָפּצורײַסן פֿון די ביכער, האָט איר געעצהט:

— לאָזט װעגן דעם װיסן מײַן פֿרױ. איר װײסט דאָך, אַז איך מיש זיך נישט אין די קיכזאַכן.


אַ טרױעריקער סוף פֿון אַ פֿרײלעכן אָנהײב

דער קעניג לודאָװיק (לויִ) דער צװעלפֿטער און דער פּאַריזער האָטעל־מוזײ קליני

צװישן די באַרימטע לײַט, װאָס האָבן אַ מאָל געװױנט אין דעם פּרעכטיקן פּאַריזער האָטעל קליני (הײַנט אַ מוזײ), איז געװען די אַלמנה פֿון לודאָװיק (לויִ) דער צװעלפֿטער. זי איז געװען די שװעסטער פֿונעם ענגלישן קעניג הענריך דער אַכטער און איז באַקאַנט אונטערן נאָמען מאַרי פֿון ענגלאַנד.

דער קעניג לודאָװיק (לויִ) דער צװעלפֿטער האָט געפֿירט אַן אָפּגעהיט לעבן, געהאַלטן זיך לױטן אַן אָנגענומען און פֿאַרשפּרײט װערטל: אױפֿשטײן אום פֿינף, פֿרישטיקן אום נײַן, אָװנטברױט אום פֿינף, לײגן זיך אום נײַן, װעט מען לעבן נײַנציק און נײַן!

האָט טאַקע דער קעניג דערלעבט ביז נײַן און נײַנציק? אַ שײנער חלום…

אַז ער האָט חתונה געהאַט מיט דער ענגלישער פּרינצעסין, איז ער אַלט געװען 53 יאָר און די כּלה זײַנע — בסך־הכּל 16 יאָר. דאָס יונגע װײַבל האָט גלײַך אַ סוף געמאַכט צו דעם אָפּגעמאָסטענעם און אָפּגעהיט לעבן פֿון דעם קעניג, און טאַקע אױף אַזאַ עקספּרעסיװן אופֿן, אַז דער בידנע קעניג איז אַװעקגעשטאָרבן דרײַ חדשים נאָך דער חתונה מיט דער יונגער טעמפּעראַמענטפֿולער ענגלישער פּרינצעסין.