אײן מאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, באַװײַזט זיך אין דער צײַטונג „מעשענער פֿײַפֿל” אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָװסקי: “די פֿרױ אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע”. דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַװײַז פֿאַר דער ריכטיקײט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעװאָלוציאָנערן דענקער שינצע, װעלכע לױטעט: “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור”. דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, װעלכן ער האָט געשריבן אױפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלױז אַרױסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשױונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם”.
נאָך דעם אַרטיקל באַװײַזט זיך אַן אַרטיקל פֿון לעאָ פֿינקעלשטײן אין די ליטעראַרישע בעזעם־בלעטער אױף דער טעמע “די רעאַלע רוחניות און די מעטאַפֿיזיק פֿון הינערפּלעט”. צװישן אַנדערן שרײַבט ער: “געװיס, דאָס אַרטיקל פֿון קאָלעגע ד״ר זשיטלאָװסקי צװינגט אױך צו פֿאַרטראַכטן זיך איבער דער גרױסער פּראָבלעמאַטישער פּראָבלעם פֿון דער אײביקער װײַבערישער װײַבלעכקײט פֿון דער װײַב. זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, אַז די ציטאַטע, װאָס ער ברענגט פֿון דעם ענגלישן דענקער, דעם געניאַלן שינצע, אַז “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור”, האָט געטראָפֿן אין סאַמע צענטער פֿון פּינטל. און מערקװירדיק איז, בשעת איך האָב געלײענט די געניאַלע װערק פֿון דעם גרױסן און מײַן באַליבטן און גײַסטיק פֿאַרװאַנדעטן שינצע, האָב איך אױך זיך אָפּגעשטעלט אױף דער דאָזיקער פֿראַזע, װעלכע איז פֿאַר מיר, װי פֿאַר פֿיל אונדזערע פֿון זײַנע תּלמידים און דענקענדיקע מענטשן, פּשוט אַן אַנטפּלעקונג. יאָ, “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור”. אַזאַ לאָזונג האָט געקענט געבױרן װערן אין דעם מוח פֿון אַן ענגלענדער, אַ ראַציאָנאַליסט, פּאָזיטיװיסט און פֿילאַטעליסט, װי עס איז געװען דער ענגלענדער שינצע… און הגם עס טײלט אונדז אָפּ גאַנצע 7 יאָרהונדערטער פֿון זײַן שאַפֿונג־פּעריאָד, דאָך בלײַבט זײַן יעדע פֿראַזע פֿריש און יונג און גענוג אַקטועל פֿאַר אַלע צײַטן און דורות. יאָ, “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור”.
נאָך דעם דאָזיקן אַרטיקל באַװײַזט זיך אַן אַרטיקל פֿון ד״ר גליקסמאַן אין זשעליבאָזשער אַלמאַנאַך. דאָס אַרטיקל הײסט “פּראָפֿ׳ פֿרױד אין זײַן מעדיצינישער אַנאַליזע פֿון ד״ר לײפּונער”. צװישן אַנדערן שרײַבט ער: “װען איך זאָג, אַז דער געשלעכטס־באַטריב איז די אַקס, אױף װעלכער עס דרײט זיך דער קאָסמאָס, מײן איך צו זאָגן, אַז דער קאָסמאָס איז די אַקס, אױף װעלכער עס דרײט זיך דער געשלעכטס־באַטריב. און מהאַי־טעמא מוז איך זאָגן, אַז די ציטאַטע, װאָס ד״ר זשיטלאָװסקי ברענגט פֿונעם דײַטשישן דיכטער שינצע (זאָל מיר מוחל זײַן דער חבֿר לעאָ פֿינקעלשטײן: שינצע איז קײן מאָל נישט געװען קײן ענגלענדער און האָט נישט געלעבט אין מיטלעלטער, נאָר אַ דײַטשישער דענקער איז ער געװען און אַ געניאַלער ענציקלאָפּעדיסט, װאָס האָט געהערט צו דער גרופּע ענציקלאָפּעדיסטן פֿון דער פֿירמע “בראָקהױז, עפֿראָן עט קאָמפּ׳”, װאָס האָט געלעבט אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 18טן יאָרהונדערט און װעמענס לעקציעס איך האָב געהאַט דאָס גליק צו הערן אין בערן אין יאָר 1905), אַז די פֿרױ איז דער צימעס פֿון עראָטישן אונטערבאַװוּסטזײַן, איז פּשוט טרעפֿלעך און געניאַל, און אַז דאָס איז דער קװינטעסענץ פֿון גאַנץ פֿרױדיזם. עס פֿרײט מיך זײער, װאָס קאָלעגע און אױך דאָקטער, נעמלעך, ד״ר זשיטלאָװסקי, האָט געטראָפֿן, פּונקט װי איך, צו ציטירן מײַן באַליבטן דענקער, װעלכן איך האָב נאָך פֿון מײַן ייִנגסטער יוגנט, װען איך בין נאָך געװען אַ װוּנדערקינד, ליב געהאַט צו לעזן און צו קאָמענטירן און צו ציטירן, און װעלכער האָט מיר געגעבן אַזױ פֿיל עספּרי און װערדע און שאַרם פֿאַר מײַן דיסערטאַציע “די פֿרױ, פֿרױד און זײַן פּסיכאָאַנאַליסטישע דימפּראָגאַע”. די דאָזיקע געניאַלע פֿראַזע פֿון שינצע האָב איך אױך אײניקע מאָל געבראַכט אַלס מאָטאָ צו מײַנע אָפּהאַנדלונגען. יאָ, “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור!”
ענדלעך קומט דער געלערנטער קאַװע. אין דער הקדמה צו י.י. טרונקס װערק “דער געשפּרעך צװישן דיאָגענעסעס פֿעסל און אַכילעסעס פּיענטע” שרײַבט ער פֿאָלגנדיקס: “עס איז מיר איבער הױפּט אױפֿפֿאַלנדיק, װאָס דער אַנאַלפֿאַבעט ד״ר זשיטלאָװסקי און אַזעלכע פֿאַרשטאָפּטע מוחות, װי לעאָ פֿינקעלשטײן און ד”ר גליקסמאַן נעמען ציטירן דעם געניוש שינצע, װעלכן איך בין אין ספֿק, צי האָבן זײ אים גאָר געלײענט. װײַל שינצע האָט גאָר זײַנע װערק נישט געדרוקט. זײ זײַנען פֿאַרבליבן אַן אוניקום בלױז אין דרײַ הונדערט טױזנט מאַנוסקריפּטן, װאָס ער האָט געשריבן בעל־פּה און װעלכער געפֿינט זיך בײַ מיר אין בריטישן מוזײ און װעגן װעלכן איך שרײַב איצט אַ מאָנאָגראַפֿיע אין 72 בענד, װי אױך אַ גרױס האַנטבוך מיט אַ שליסל, שלאָס און נאָכשליסל. אַ דאַנק דער דאָזיקער מאָנאָגראַפֿיע װיל איך אַרײַנטראָגן אַ ביסעלע אָרדענונג אין דעם כאַאָס פֿון די מוחות פֿון די גרעסטע דענקערס, װאָס הערשט בנוגע דער ביאָגראַפֿיע פֿון ד״ר שינצע. אין דער דאָזיקער מאָנאָגראַפֿיע, אין דעם 67סטן באַנד, זײַטע 2,795, שטעל איך פֿעסט, אַז דער ד”ר שינצע איז געװען נישט קײן סלאַװ, נאָר אַ יאַפּאַנעזער, אַ זון פֿון קאַזאַנאָװאַ און אַ פֿרײַנד פֿון דעם אַנגלאָ־זאַקסישן סטענקאַ ראַזין, און געשריבן האָט ער זײַנע װערק אין אַראַבישן לאַטײַן מיט סאַנקריסטישע בוכשטאַבן, װאָס — ס׳פֿאַרשטײט זיך — אַז נישט אַזאַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ, װי לעאָ פֿינקעלשטײן און ד”ר זשיטלאָװסקי און אַזאַ עם־האָרץ װי ד״ר גליקסמאַן זײַנען אין שטאַנד צו לעזן. װאָלטן זײ נישט געװען קײן פֿלאַכקעפּ, װאָלטן זײ געװוּסט, אַז לױט דער טראַנסקריפּציע פֿון דײַטשישן געלערנטן פּראָפֿ׳ װערעמקראַוט פֿון מינכענער עלעקטראָװניע באַדאַרף מען די פֿראַזע “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור” לײענען גאַנץ אַנדערש, נעמלעך: “דער צימעס איז די נאַטור פֿון דער פֿרױ”, און אַז דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז געשריבן געװאָרן פֿון דעם גרױסן שינצע נישט אױף דעם פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, װי דער אַנאַלפֿאַבעט זשיטלאָװסקי װיל, נאָר אױף דעם אײן און פֿערציקסטן מיט אַ האַלבס. נאָר אַז פֿלאַכקעפּ הײבן אָן צו רײדן װעגן װיסנשאַפֿט, איז דאָך נישט שײך. מען דאַרף זיך נעמען צו זײ! זאָל איך נאָר פֿאַרטיק װערן מיט מײַן ענציקלאָפּעדיע, װעל איך מיט זײ אױך פֿאַרטיק װערן. דיקסי, לאַסוקסי, טוקסי מיטרײקסי (פֿון בולגאַרישן עפּאָס).
אין עטלעכע טעג אַרום נאָך דער דאָזיקער ליטעראַרישער פּאָלעמיק, װאָס צײכנט זיך אױס מיט גרױס ערודיציע, באַװײַזט זיך אין דעם אָרגאַן „דער מעשענער פֿײַפֿל” פֿאָלגנדיקע נאָטיץ:
תּיקון־טעות
“צום באַדױערן מוז איך באַמערקן אַ פֿאַרדריסלעכן טעות, װאָס האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין מײַן אַרטיקל ‘די פֿרױ אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע׳, נעמלעך: אַנשטאָט שינצע באַדאַרף זײַן ניצשע”.
ד״ר זשיטלאָװסקי
װאַרשע 1924
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.