Oyneg Shabes

וויצן לכּבֿוד חול־המועד

Jokes for Chol HaMoed

  • Print
  • Share Share

דער רבֿ פֿירט זיך אַנדערש

ר׳ אײַזל סלאָנימער פֿלעגט ניט מאריך זײַן מיטן דאַווענען, און פֿלעגט אויסגיין שמונה עשׂרה פֿריִער פֿון יעדן. האָט מען אים געפֿרעגט: רבי, פֿאַר וואָס פֿירט איר זיך ניט ווי אַלע רבנים?

— איר זאָלט וויסן, — פֿאַרענטפֿערט זיך דער גאָון, — איך בין ניט ווי אַלע רבנים. אַלע רבנים גייען אויס נאָך זייערע בעלי־בתּים, בײַ מיר גייען די בעלי־בתּים אויס נאָך מיר…

טלית, וויין נישט

דער קעלמער מגיד איז אַ מאָל געקומען קיין דובלין און געזען, ווי די ייִדן דאַווענען אָן טליתים, האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט און גענומען זאָגן:

— אַ מאָל בין איך אַרײַן צו איינעם אין הויז און געטראָפֿן, אַז דאָס הויז איז ליידיק, נאָר מען וויינט. ווער וויינט? כ’קוק זיך אַרום און זע, אַז דאָס וויינט דער טלית. „וואָס וויינסטו, טלית?‟ — פֿרעג איך אים. „מײַן בעל־הבית איז אַוועקגעפֿאָרן קיין דובלין, — זאָגט מיר דער טלית, — האָט ער מיטגענומען דאָס געלט און דאָס צירונג, נאָר מיך נישט‟.

— וויין ניט, — האָט דער מגיד אים פֿאַרטרייסט, — דערפֿאַר, איבער הונדערט יאָר, וועט ער אַלצדינג איבערלאָזן, און נאָר דיך מיטנעמען.


דער פֿרומער גנבֿ

די שטענדיקע ברכה פֿונעם גנבֿ איז: „ברוך אַתּה … על נטילת ידים‟. אין אָוונט: „אַשר בדבֿרו מעריבֿ ערבֿים ובֿחכמה פּותח שערים‟.


לכּבֿוד הרבֿ

אַ גבאי אין שיל האָט עטלעכע מאָל געוויזן דעם זייגער צום רבֿ, ער זאָל אָפּשטעלן זײַן דרשה. האָט דער רבֿ מיט פֿאַרדראָס אים צוגערופֿן: דער זייגער געפֿעלט מיר, אָבער דער ווײַזער — ניט…


צי ווייסט אַ מענטש וווּהין ער גייט?

דער גאָון ר׳ יחזקאל פּרעגער איז אַ מאָל פֿאַרטאָג געגאַנגען אין שיל אַרײַן. שטעלט אים אָפּ אויפֿן וועג אַ פּאָליציאַנט און פֿרעגט אים, וווּהין ער גייט.

— כ’ווייס נישט! — האָט ער געענטפֿערט.

דער פּאָליציאַנט האָט אים אָנגענומען פֿאַר אַ גנבֿ און אים אָפּגעפֿירט אין תּפֿיסה.

אין דער פֿרי דערזעט דער פּאָליציי־מײַסטער דעם רבֿ צווישן די נאַכט־גנבֿים און פֿאַרחידושט זיך.

— ווי קומט איר דאָ אַהער?

— דער פּאָליציאַנט האָט מיך אַרעסטירט דערפֿאַר, ווײַל איך האָב אים נישט געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע, וווּהין איך גיי. ווען ער פֿרעגט מיך, וווּהין איך וויל גיין, וואָלט איך אים געזאָגט. אָבער אַז ער האָט מיך געפֿרעגט, וווּהין איך גיי, האָב איך ניט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן. אָט האָט איר דעם באַווײַז: געגאַנגען בין איך אין שיל אַרײַן און געקומען בין איך גאָר אין תּפֿיסה.