די אײנציקע שטעטל־בעקערײַ איז געשטאַנען אױפֿן ראָג פֿון צװײ צענטראַלע גאַסן, אַנטקעגן איבער אונדזער הױף. אין יענע זעלטענע נעכט, װען מ’האָט געבאַקן ברױט, פֿלעגט דער זױערלעכעך ריח פֿאַרפֿלײצן די אַרומיקע גאַסן, און דאָס איז געװען אַ סימן, אַז מע דאַרף װאָס גיכער אױפֿשטײן און לױפֿן זיך שטעלן אין דער רײ. אַניט, בלײַבט די משפּחה אָן ברױט, װײַל אױף אַלע תּושבֿים װעט סײַ װי סײַ ניט סטײַען.
דאָס ברױט איז געװען פֿול מיט קלײַען, שטיקעלעך פֿון געטרוקענע אַרבעס און פּאַפּשױ־קערנדלעך. אָבער, גאָט צו דאַנקען, ס’איז דאָך בעסער װי גאָרניט, פֿלעגט אַ בורטשע טאָן די פֿאַרשלאָפֿענע באָבע, אַזאַ יאָר אױף די באָלשעװיקעס און אױף זײערע קעפּ. פֿאַר אַזעלכע רײד האָט מען געקענט באַקומען אַ פּאָר יאָר תּפֿיסה, נאָר די באָבע האָט געװוּסט, אַז איך װעל זי ניט פֿאַרמסרן.
אין מיטן די פֿופֿציקער יאָרן האָבן די סאָװעטן פֿאַרמאַכט און רעקװיזירט די דרײַ פֿלאָרעשטער שילן, פֿאַרבאָטן די כּשרע שחיטה און געפֿאָדערט בײַ אַלעמען, מע זאָל רעדן רוסיש, און נאָר רוסיש. איך געדענק װי אונדזער מומע הינקע, װעלכע איז געװען אַ ניאַניע אין אַ קינדער־גאָרטן, כּדי צו װײַזן, אַז זי האָט זיך אױסגעלערנט רעדן אױף רוסיש, פֿלעגט מיר אַ קניפּ טאָן אין דער באַק און אַ פֿרעג געטאָן: נו, װאָס טוסטו עפּעס, מאַל’טשיק? איך מײן, אַז דאָס איז געװען דאָס אײנציקע רוסישע װאָרט, װאָס זי האָט זיך אױסגעלערנט, װײַל קײן אַנדערע האָב איך פֿון איר ניט געהערט. מײַן טאַטע, דער אַפּיקורס, איז געװען דער אײנציקער אין דער משפּחה, װאָס האָט געקענט ניט שלעכט רוסיש, אָבער אױך אים, אַ דערװאַקסענעם מענטש, אַ פֿראָנטאָװיק, האָט מען געטריבן צו לערנען אין אַן אָװנטשול, װײַל פֿאַר דער מלחמה האָט ער פֿאַרענדיקט נאָר זיבן קלאַסן פֿון אַ ייִדישער שול, און דאָס האָט זיך גערעכנט פֿאַר פֿינף קלאַסן פֿון אַ רוסישער שול. פֿון דער צװײטער זײַט, דאָס, װאָס דער טאַטע האָט געמוזט לױפֿן אין שול אַרײַן, האָט דערלױבט מײַן באָבען צונױפֿרופֿן אַ מנין ייִדן, פֿאַרמאַכן די לאָדנס און דרײַ מאָל אַ װאָך פֿלעגט מען בײַ אונדז אין שטוב דאַװנען מינחה־מערבֿ.
גלײַך נאָך פּורים פֿלעגט די באָבע אָנהײבן זיך גרײטן צום פּסח. כּל־זמן ס׳האָט געלעבט דער װאַסערטרעגער ר’ משה טשערקיס פֿלעגט ער באַזאָרגן יעדע ייִדישע משפּחה מיטן מאַרקולעשטער קװאַלװאַסער אױף אײַנצושטעלן די בוריקעס, און דרײַ באַליעס טײַכװאַסער, כּדי אױסזאָליען דאָס גרעט און די טישטעכער. אינעם הױף האָט מען געמאַכט אַן אײנפֿאַכן אױװן, כּדי אָנגליִען די כּשר־שטײנער. די צעגליטע כּשר־שטײטער האָט מען אַרײַנגעטאָן אין װאַסער און אין דעם האָט מען געכּשרט די פּסחדיקע כּלים.
אַז די „באָלשעװיקעס‟ האָבן פֿאַרמאַכט די שילן און געטריבן די אַלטע ייִדן אין די שולן צו לערנען רוסיש, איז מילא, מע האָט זיך געגעבן אַן עצה, אָבער נאָכן פֿאַרמאַכן די שילן האָט מען פֿאַרבאָטן דעם פּאָדריאַד און ניט דערלױבט באַקן מצות. אָט דאָס איז שױן געװאָרן אַן אמתע צרה, װײַל װי קען זײַן פּסח אָן מצות? אַפֿילו מײַן טאַטע, דער אַפּיקורס, פֿלעגט װאַרטן אױף פּסח, כּדי הנאה האָבן פֿון די פּסחדיקע מאכלים.
און דאַן זײַנען די ייִדן געפֿאַלן אױפֿן שׂכל. דער דירעקטאָר פֿון דער שטעטל־בעקערײַ איז געװען אַ ייִד. מען האָט זיך צונױפֿגערעדט מיט אים, און אָט, דרײַ װאָכן פֿאַרן פּסח איז פּלוצעם קאַליע געװאָרן אײנער פֿון די פֿינף ריזיקע אױװנס, און דװקא יענער, װעלכער איז געשטאַנען אין אַ באַזונדערן צימער.
…די באָבע האָט מיך אױפֿגעװעקט אין מיטן דער נאַכט, געהײסן זיך שטיל אָנטאָן, אַרײַנגעלײגט אין די הענט אַ פּאָר װײַסע ציכעלעך און מיר זײַנען אַרױס אין דרױסן. עס איז געװען קאַלט און פֿינצטער, ממש חושך־מצרים. מיר זײַנען אַריבער דעם װעג און צוגעגאַנגען צום פּלױט פֿון דער בעקערײַ. די באָבע האָט אַװעקגערוקט אַ ברײטן שטאַכעט און מיר האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט אינעם הױף פֿון דער בעקערײַ און פֿון דאָרטן — אין אַ גרױסן צימער. בײַם לאַנגן טיש זײַנען געשטאַנען אַ פּאָר ייִדן און ייִדענעס, געקנאָטן און געקאַטשעט טײג.
„נו, װאָס הערט זיך עפּעס, ייִנגעלע?‟ האָב איך דערהערט פֿון הינטער דער פּלײצע. האָ, די ניאַניע הינקע איז אױך דאָ. „גײ, ייִנגעלע, גײ װאַש זיך די הענט און שטעל זיך צו דער אַרבעט,‟ האָט צוגעגעבן דער פֿעטער חנא. ער האָט אָפּגעמאָסטן אַ מײרע, אַ װאָרף געטאָן זי אױפֿן טיש, זײער גיך צעקאַטשעט דאָס טײג און צוגערופֿן מיך צו זיך. „נאַ דיר, ייִנגעלע, דעם מכשיר און רעדל אָפּ דײַן מצה.‟
…איך װײס ניט צי נאָך עמעצער האָט אַזױ שטאַרק װי איך געװאַרט אױף יענעם ערבֿ־פּסח. די באָבע האָט געבענטשט די ליכט און איך האָב געמאַכט אַ ברכה אױף מײַן אײגענער לחמא־עניא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.