Oyneg Shabes

די אַוואַנטורעס פֿון יאַנקעלע מזיק: יאַנקעלעס חלום

The Adventures of Yankele the Troublemaker: Yankele’s Dream

  • Print
  • Share Share

אַלע מאַלפּעס האָבן הויך געשריגן און זײַנען אַרויסגעשפּרונגען פֿון שטײַג. יאַנקעלע האָט שטאַרק מורא געהאַט און האָט מיט די הענט צוגעדעקט(1 די אויגן. ער איז געווען אַזוי פֿאַררחידושט,(2 אַז ער האָט נישט באַמערקט, ווי דאָס קלענסטע מאַלפּעלע איז אַרײַנגעשפּרונגען צו אים אין קעשענע, כּדי צו עסן די באַנאַנע, וואָס ער האָט דאָרט באַהאַלטן.(3

דאָס גערודער(4 האָט באַלד געבראַכט אַלע אַרבעטער אַרײַן אין מאַלפּע-הויז צום אָפֿענעם שטײַג. ווען זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די מאַלפּעס זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן, האָבן אַלע אַרבעטער אָנגעהויבן אַרומלויפֿן ווי משוגעים. אַזוינס(5 האָט נאָך קיין מאָל נישט פּאַסירט און מע האָט נישט געוווּסט וואָס צו טאָן. אָבער ווײַל יאַנקעלע איז געווען זייער אַ קליינער, האָט ער געקענט זיך באַהאַלטן ביז אַלע אַרבעטער זײַנען פֿון בנין אַרויסגעלאָפֿן כאַפּן די מאַלפּעס.

אין דער גאַנצער „זו‟ האָט געקאָכט ווי אויף אַ יריד.(6 יאַנקעלע האָט געקענט אַרויסקריכן(7 פֿון דאָרט און קיינער האָט אים נישט דערזען. ווען ער איז אַרויס אין גאַס, האָט ער זיך אַוועקגעזעצט טראַכטן וואָס צו טאָן. ער איז געווען שטאַרק הונגעריק און ער האָט זיך דערמאָנט, אַז ער האָט נאָך די באַנאַנע בײַ זיך אין קעשענע. אָבער ווען ער האָט אַרײַנגעלייגט די האַנט, האָט ער דערפֿילט נישט די באַנאַנע, נאָר דאָס מאַלפּעלע! מיט איין שפּרונג האָט דאָס מאַלפּעלע אַרויפֿגעקלעטערט(8 אויף יאַנקעלעס פּלייצע.

יאַנקעלע האָט זיך שטאַרג דערפֿרייט. דאָס מאַלפּעלע האָט געקוקט אויף אים מיט קלוגע אויגן. אָבער ווי אַזוי קען ער צוריקגיין אין חדר מיט אַ מאַלפּעלע?

* * *

יאַנקעלעס חלום

פֿאַקטיש שלאָפֿט יאַנקעלע אויף אַ באַנק לעבן דער „זו‟. אָבער אין חלום זעט ער, ווי די הימלען עפֿענען זיך, און די זון שײַנט אויף די ווײַסע וואָלקנס איבער די שוואַרצע בערג לעבן דעם גרינעם וואַלד און דעם ברוינעם טאָל,(9 וווּ די מענטשן וווינען, אַזוי קליין פֿון דער ווײַטנס, אַז זיי זעען אויס ווי מוראַשקעס.(10 אינעם שטעטל פֿון די מענטשן שטייט אַן אַלט הויז און אינעם הויז ליגט אַ בעט און דאָרט שלאָפֿט יאַנקעלע אַליין מיט פֿאַרמאַכטע אויגן. ביז אין זײַנע אויערן קלינגט אַ בת־קול,(11 הויך ווי די בערג און טיף ווי דער ים:

„יאַנקעלע, דער סוף פֿון אַלע לײַבער(12 איז געקומען, ווײַל די ערד איז פֿול מיט אומרעכט דורך זיי; און זע, איך ברענג זיי אום(13 מיט דער ערד. מאַך דיר אַ תּבֿה(14 פֿון האָלץ; אין קאַמערן(15 זאָלסטו מאַכן די תּבֿה, און זאָלסט זי אויספּעכן(16 פֿון אינעווייניק און פֿון אויסנווייניק מיט פּעך‟.(17

דאָס בת־קול גיט נאָך אינסטרוקציעס, וואָס יאַנקעלע פֿאַרשטייט ניט אין גאַנצן.

„און איך ברענג אַ מבול(18 וואַסער אויף דער ערד, אומצוברענגען יעדעס לײַב וואָס אין אים איז דאָ אַן אָטעם פֿון לעבן, פֿון אונטערן הימל; אַלץ וואָס אויף דער ערד וועט אומקומען‟.

יאַנקעלע וויל עפּעס זאָגן, אָבער ער געפֿינט ניט די ווערטער.

„פֿון אַלץ וואָס לעבט, פֿון אַלע לײַבער, זאָלסטו אַרײַנברענגען צו צוויי פֿון יעדן אין דער תּבֿה, אויף צו דערהאַלטן בײַם לעבן(19 מיט דיר; אַ זכר(20 און אַ נקבֿה(21 זאָלן זיי זײַן. פֿון די פֿויגלען לויט זייערע מינים, און פֿון די בהמות לויט זייערע מינים, און…‟

דאָס בת־קול רעדט ווײַטער, אָבער יאַנקעלע הערט זיך נישט צו. ער זעט שוין די קעפּ פֿון די זשיראַפֿן, וואָס שטעקן אַרויס איבער די ביימער, און די גרויסע אויערן און די לאַנגע נעזער פֿון די העלפֿאַנדן, ווי זיי קומען אַרויס פֿון וואַלד. נאָך זיי קומען אויך די לייבן און די טיגערס און די פֿלאַמינגאָס און די פּאַנדאַס און אַלע אַנדערע חיות, וואָס יאַנקעלע ווייסט נישט זייערע נעמען. אָט שטייט ער אויף אַ גרויסן שטיין מיט אַ שטעקן(22 אין דער האַנט און ער רופֿט צו זיי:

„גייט אַרײַן אין דער תּבֿה, מײַנע ליבע חיות! עס קומט באַלד דער מבול און דער אייבערשטער וועט פֿאַרפֿלייצן(23 די וועלט!‟

שטום(24 און פּאַמעלעך גייען זיי דורכן גרויסן טויער פֿון דער תּבֿה, און אין דרויסן הייבט זיך אָן אַ רעגנדל. דער ווינט בלאָזט דורך יאַנקעלעס האָר און די וואָלקנס ווערן שווער און פֿינצטער. עס בליצט און דונערט פֿון דער ווײַטנס און די שוואַרצע בערג ווערן גרעסער און שוואַרצער.

אויף די וועגן ווערט אַ בלאָטע און די מענטשן פֿון שטעטל קומען אַרויס און קוקן אויפֿן בייז־וווּנדער(25 — יאַנקעלעס תּבֿה. די לעצטע חיות, די היפּאָפּאָטאַמען,(26 פֿירט ער אַרײַן דורכן טויער, ווען דאָס וואַסער פּליושקעט(27 שוין אונטער די פֿיס.

אָבער איידער ער פֿאַרמאַכט די טירן, גיט יאַנקעלע אַ לעצטן קוק אין דרויסן און ער זעט צווישן די מענטשן, וואָס שטייען בײַ דער זײַט — זײַן מלמד. דער אַלטער מלמד קוקט אויף אים מיט די זעלבע בייזע אויגן ווי אַלע מאָל, אַזוי צו זאָגן: „איך וועל דיר שוין ווײַזן, ווי מען שטראָפֿט אַ ייִנגל, וואָס אַנטלויפֿט פֿון חדר!‟ די ווײַסע באָרד און דאָס שוואַרצע היטל זײַנס זײַנען שוין דורכגענעצט(28 מיט וואַסער, און יאַנקעלע ציטערט פֿאַר שרעק.

* * *

טײַערע סטודענטן,

וואָס זאָל יאַנקעלע טאָן? זאָל ער ראַטעווען זײַן מלמד פֿונעם מבול, אָדער אים לאָזן דערקרונקען ווערן(29 צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט? זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אײַערע עצות און געדאַנקען אויפֿן אַדרעס:

burko@yiddish.forward.com

1) צודעקן — cover

2) פֿאַרחידושן [farkhídeshn] — surprise

3) באַהאַלטן — hide

4) גערודער (דאָס) — commotion

5) אַזוינס — something like that

6) קאָכן ווי אויף אַ יריד [yaríd] — lit. “cook like at a fair” – be a commotion, pandemonium

7) אַרויסקריכן — crawl out

8) אַרויפֿקלעטערן — climb up

9) טאָל (דער) — valley

10) מוראַשקע (די) — ant

11) בת־קול (דאָס) [báskol] — voice from heaven

12) לײַב (דאָס) — body

13) אומברענגען — kill

14) תּבֿה (די) [téyve] — ark

15) קאַמער (די) — room

16) אויספּּעכן — coat with tar/pitch

17) פּעך (דאָס) — tar/pitch

18) מבול (דער) [mabl] — flood, deluge

19) דערהאַלטן בײַם לעבן — to keep alive

20) זכר (דער) [zókher] — male

21) נקבֿה (די) [nekéyve] — female

22) שטעקן (דער) — stick

23) פֿאַרפֿלייצן — flood

24) שטום — silent

25) בייז־וווּנדער (דאָס) — amazing sight

26) היפּאָפּאָטאַם (דער) — hippopotamus

27) פּליושקען — splash

28) דורכגענעצט — soaked

29) דערטרונקען ווערן — drown