מיטוואָך איז ניפֿטר געוואָרן דער גרויסער חזן און שטערן פֿון דער חסידישער מוזיק־וועלט ר׳ דוד ווערדיגער, אין עלטער פֿון 94 יאָר.
ר’ דוד איז אויפֿגעוואַקסן אין קראָקע אין אַ משפּחה פֿון גערער חסידים. צו 6 יאָר האָט ער שוין געזונגען ווי דער סאָליסט בײַם כאָר פֿון דער באַקאַנטער אײַזיק יעקעלעס־שיל, און צו 12 יאָר האָט מען אים פֿאַרבעטן צו זינגען אין גער. ער האָט געדאַוונט ראָש־השנה פֿאַרן גערער רבין, דער „אמרי־אמת‟, מיט זײַנע טויזנטער חסידים.
אין דער צײַט פֿון דער מלחמה האָט ווערדיגער איבערגעלעבט פֿאַרשיידענע קאָנצענטראַציע־ און אַרבעט־לאַגערן. ער האָט אויך געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק פֿון אָסקאַר שינדלער, איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם, וואָס האָט געראַטעוועט איבער 1,200 ייִדן און וואָס וועגן אים האָט סטיווען שפּילבערג געמאַכט דעם פֿילם „שינדלערס רשימה‟.
איין מאָל איז ר’ דוד געקומען פֿאַרן טרויעריק־באַרימטן לאַגער־קאָמאַנדאַנט, אַמאָן געט (Göth). האָט געט אים געפֿרעגט וועגן זײַן פֿאַך און דער יונגער דוד האָט געענטפֿערט, אַז ער איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער זינגער. „זינג דאָס ליד וואָס ייִדן זינגען ווען זיי באַגראָבן זייערע טויטע‟, האָט געט אים געהייסן. ווערדיגער האָט געזונגען דעם „אל מלא רחמים‟ מיט אַזאַ התלהבֿות און געפֿיל, אַז דער נאַצי האָט אים ניט געשיקט צו ווערן דערשאָסן. ער איז געווען איינער פֿון 40 פֿון זײַן גרופּע, וואָס האָבן דעם טאָג איבערגעלעבט.
אין 1950 איז ווערדיגער אָנגעקומען אין אַמעריקע און באַלד געוואָרן אַ באַקאַנטער חזן. ער האָט רעקאָרדירט 60 אַלבאָמען מיט ניגונים פֿון די באָבאָווער, באָיאַנער, סקולענער, מעליצער, ראַדאָמסקער, און גערער חסידים. ער האָט אויך געשאַפֿן אַ רײַזע־אַגענטור, „ווערדיגער טראַוועל‟, און די מוזיק־פֿירמע „אַדרת־רעקאָרדס‟. ער איז דער טאַטע פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן זינגער, מרדכי בן־דוד.
כאָטש די פּלאַטעס פֿון זײַן מוזיק זײַנען נאָך צו באַקומען, זײַנען ניטאָ קיין סך ווידעאָס פֿון ר׳ דוד ווערדיגער. אָט איז איין אויסצוג פֿון 1990, ווי ער זינגט צוזאַמען מיט אַ כאָר אין באָראָ־פּאַרק:
און אָט איז אַן אינטערוויו מיט ר׳ דוד (אויף ענגליש) געמאַכט פֿונעם קלעזמער האַנקוס נעצקי פֿאַרן ייִדישן ביכער־צענטער:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.