ר’ ישׂראל סאַלאַנטער פֿלעגט זאָגן: וואָס איז דער חילוק פֿון מוסר צו חסידות? מוסר קען פּסלען ביטערע טרערן, און חסידות קען כּשר מאַכן דעם ביטערן טראָפּן.
ר’ שמשון רפֿאל הירש פֿלעגט זאָגן: זינט די רבנים האָבן אָנגעהויבן צו ווערן דאָקטוירים, האָט דאָס ייִדנטום אָנגעהויבן קרענקען.
אַן אַנטיסעמיט האָט אַ מאָל געפֿרעגט דעם מלבי”ם:
— ס’שטייט: פֿאַר אַ תּלמיד־חכם דאַרף מען אויפֿשטיין און פֿאַר אַ הונט זיך זעצן. וואָס טוט מען, אַז מע באַגעגנט אַ רבֿ און אַ הונט צוזאַמען?
— לאָמיר ביידע אַרויסגיין אין גאַס, וועלן מיר זען ווי די מענטשן זײַנען זיך נוהג, — האָט דער גאָון געענטפֿערט.
אַ חסיד איז אַ מאָל געפֿאָרן צום קאַרלינער רבין. אויפֿן וועג האָט ער זיך אָפּגעשטעלט בײַם מתנגדישן גאָון ר’ פּנחס מיכאל.
— וווּהין פֿאָרסטו? — פֿרעגט אים דער רבֿ.
— איך פֿאָר קיין קאַרלין צום רבין, — ענטפֿערט דער חסיד.
— און ביז קאַרלין געפֿינסטו ניט קיין רבי?
— איך בין אַ יודע מחשבֿות, און ווייס אַז ס׳איז ניטאָ.
—אויב דו ביסט אַ יודע מחשבֿות, — פֿרעגט דער רבֿ, — טאָ זאָג זשע מיר, וואָס איך טראַכט איצטער.
— איר קלערט אָן („שויתי ה’ לנגדי תּמיד‟) גאָט.
— ניין, — לאַכט דער רבֿ, — דאָס האָב איך ניט געטראַכט.
— אָט טאַקע צוליב דעם פֿאָרט מען קיין קאַרלין, — איז געווען דער ענטפֿער פֿונעם חסיד.
דער גאָון רבי שפּיראָ פֿון פּיעטריקאָוו, וועמען מע רופֿט דער הײַנטיקער “נודע ביהודה”, האָט אָנגעגורט זײַנע לענדן צו גיין ווערן אַ פּאָליטיקער. האָט דער בוטשאַטשער גאָון אויף אים געזאָגט:
— אויב ער וועט באַטרעטן דעם דאָזיקן וועג, וועט ער אַפֿילו קיין “נודע בגוים” אויך ניט זײַן.
אַ גאָון האָט אַ מאָל געזאָגט: סײַ מתנגדים, סײַ חסידים האָבן אַ טעות. מתנגדים מיינען, אַז זיי האָבן אַ ספֿר, דאַרפֿן זיי ניט קיין רבין; חסידים מיינען, אַז זיי האָבן אַ רבין, דאַרפֿן זיי שוין ניט קיין ספֿר.
אַ צווייטער נוסח: מתנגדים מיינען אַז זיי דאַרפֿן ניט קיין רבין; חסידים מיינען, אַז זיי האָבן אַ רבין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.