ייִדן האָבן אױסגעלערנט די װעלט צו מאַכן אַ ברכה אױף יעדער װיכטיקער זאַך, און דערצו נאָך ניט פֿאַרגעסן אונטערשטרײַכן, אַז אַלץ אױף דער װעלט איז רעלאַטיװ. װען דער גוט אונטערגעשאָסענער מלאך איז געפֿלױגן איבער דער װעלט מיט צװײ זעקלעך און געזײט אױף רעכטס און אױף לינקס די קרישטאָלן פֿון דער הױלער חכמה און דער בולטער נאַרישקײט, האָט ער, נעבעך, ניט געקענט װיסן, אַז די װעלט װעט זיך אַנטװיקלען אױף אַזױ װײַט, אַז קײן שׂכלדיקע געזעצן װעט ניט סטײַען כּדי אײַנאָרדענען כאָטש אַ װעלכע ניט איז אָרדענונג. און נאָך מער, דאָס װאָס בײַ די פּאַפּואַסן זעט אױס שײן, איך מײן די אױסגעטריקנטע שטשערבנס, רופֿט אַרױס אַן עקלדיקן פּחד בײַ די עקזאַלטירטע פֿראַנצױזן, אָבער דער עקל שטעלט די פֿראַנצױזן ניט אָפּ פֿון האָבן הנאה פֿון די זשאַבעס־פֿיסלעך, װעלכע רופֿן אַרױס אַן עקלדיקן פּחד בײַ די ייִדן, און… מע קען דורות לאַנג זיך דרײען אינעם עקל־הנאה־קרײַז און ניט קומען צו אַ װעלכן ניט איז טאָלק.
די הײַנטצײַטיקע פּסיכאָלאָגן און פּסיכיאַטאָרן האָבן אױסגעאַרבעט אַ סך װיסנשאַפֿטלעכע שיטות, כּדי פֿעסטצושטעלן צי איז דער אָדער אַנדערער מענטש גײַסטלעך געזונט. עס זײַנען דאָ אָן אַ שיעור טעסטירונגען, אָבער יעדע אײנע פֿון זײ האָט עפּעס אַ פּגם, און אַחוץ מעשׂה, דאָס טעסטירן אַ מענטשן דױערט אַ מאָל אַ גאַנצן טאָג און אַפֿילו נאָך מער. צום סוף מעשׂה זײַנען די פּסיכיאַטאָרן געקומען צו אַ פּשרה און אַרױסגעזאָגט אַ מײנונג, װעלכע קלינגט סײַ פּשוט בײַם פֿרעגן און סײַ שװער בײַם אָננעמען: אױב איר זענט מסוגל צו פֿאַרשטײן, און טאַקע פּינקטלעך, דעם שטאַנדפּונקט פֿון אַ צווייטן מענטשן, דאַן זענט איר געזונט. דעם אמת געזאָגט, דאָס װאָרט „פּינקטלעך‟ רופֿט בײַ מיר אַרױס אַ געװיסן חשד. נו, אָט, שטעלט זיך פֿאָר, אַז מיר רעדן װעגן אַזעלכע „פּינקטלעכע‟ באַגריפֿן װי גאָט, ליבע אָדער יושר. צו זײַן אַ חכם און פֿאַרשטײן, אַז אַ מענטש װיל שלאָפֿן אָדער עסן, איז דאָך ניט קײן גרױסע מעלה, אָבער װאָס טוט מען מיט די מער שװערע שטאַנדפּונקטן אָדער כּװנות? איך דערמאָן זיך, װי פֿרײלעך איז געװאָרן מײַן יאַפּאַנישע פֿרײַנדין שיהאָ, װען איך האָב אַ זאָג געטאָן: גאָט צו דאַנקען. זי האָט בשום־אופֿן ניט געקענט פֿאַרשטײן װעלכן פֿון די טױזנטער “געטער” װיל איך באַדאַנקען. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה…
און װײַטער האָבן געפּסקנט די װיסנשאַפֿטלער, אַז דער סאַמע אױפֿבלי פֿונעם אינטעלעקטואַלן לעבן, װי אױך די פּסיכאָלאָגישע פֿעיִקײטן פֿון מענטשן, אַנטפּלעקן זיך נאָר אין דער עלטער פֿון פֿערציק יאָר און װײַטער, דאָס װאָס בײַ די ייִדן רופֿט זיך „צװישן לבינה און לעצה‟. אַגבֿ, סײַ בײַ די פֿרױען און סײַ בײַ די מענער.
מילא, עס פֿעלן ניט קײן דאגות אױף דער װעלט. אײנע פֿון די בעסטע רפֿואות פֿון אַלע קרענק איז דער סיסטעמאַטישער שלאָף. הײַנט װײסט מען גענױ, אַז פֿיר מעת־לעתן אָן אַ שלאָף דערפֿירן אַ געזונטן מענטשן צו אַ פֿולשטענדיקער דעזאָריענטאַציע, משוגעת און, לא־אלינו, צום טױט. אַגבֿ, די מורא פֿאַרן טױט איז ניט די גרעסטע פֿאָביע בײַ מענטשן; נאָר דרײַסיק פּראָצענט מענטשן האָבן מורא צו שטאַרבן. אָבער 45% פֿון דער באַפֿעלקערונג האָבן מורא אױפֿטרעטן פֿאַרן עולם, און די־אָ פֿאָביע הײסט האַלאַפֿאָביע. אַזױ אַרום, כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג געפֿינט זיך אױפֿן שװעל פֿון אַ שװערן נעװראָז, נאָר פֿון אַ פֿאָרשלאָג אױפֿצוטרעטן פֿאַרן פּובליקום.
און נאָך אײן גוטע בשׂורה פֿאַר די סאָלדאַטן און גאַנגסטערס. עס איז פֿעסטגעשטעלט געװאָרן, אַז דאָס רובֿ מענטשן, פֿאַרװוּנדעטע אין האַרץ, בלײַבן לעבן.
די קלײנװוּקסיקע מענטשן לעבן לענגער װי די הױכע. די סיבה פֿון אַזאַ אומיושר איז דערװײַל אומקלאָר.
און נאָך אײן זאַך, - דער סאַלאַמי־װוּרשט אַנטהאַלט אין זיך דרײַ מאָל אַזױ פֿיל פֿענילעטילאַמין װי שאָקאָלאַד. אָט דער־אָ פֿענילעטילאַמין רופֿט אַרױס דאָס ליבע־געפֿיל. אַזױ אַרום, עסט סאַלאַמי, ייִדן, נאָר פֿאַרגעסט ניט צו מאַכן אַ טאָפּלדיקע ברכה, - סײַ אױף “מזונות” און סײַ אױף “הנאה”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.