Oyneg Shabes

די אַוואַנטורעס פֿון יאַנקעלע מזיק: צווישן די ווילדע חיות

The Adventures of Yankele the Troublemaker: Among the Wild Animals

  • Print
  • Share Share

מיר האָבן געהערט פֿון עטלעכע סטודענטן, וואָס האָבן פֿאָרגעלייגט, למשל, אַז אונדזער העלד יאַנקעלע זאָל פֿאָרן מיט דער באַן צו קאָני־אײַלאַנד אין ברוקלין, אָדער אַפֿילו מיט אַ שיף קיין שאַנכײַ, כינע! נחמה רן ראַדניץ דערציילט אַ שיינע מעשׂה, ווי ער באַזוכט דעם ניו־יאָרקער אַקוואַריום און באַגעגנט זיך מיט אַ גרופּע תּלמידים פֿון אַ מלוכישער שול, אַ „פּאָבליק סקול‟. נאָר פֿון דעסטוועגן, האָט אונדזער קינסטלערין, פֿראָנס הילבער, באַשלאָסן, אַז יאַנקעלע וועט בעסער פֿאַרברענגען(1 אין זאָאָלאָגישן גאָרטן, אין „זו‟.

צווישן די ווילדע חיות

France Hilbert

איבער דעם אַרײַנגאַנג שטייט געשריבן מיט גרויסע גוייִשע אותיות:(2 „בראָנקס זו‟. אַזוי פֿיל קען יאַנקעלע שוין לייענען. און ווײַל ער איז קליין, באַמערקן די שומרים(3 נישט ווי ער גייט אַרײַן.

„איך וויל זען די לייבן‟,(4 טראַכט יאַנקעלע, „זיי זײַנען די שטאַרקסטע חיות. און די העלפֿאַנדן(5 — זיי זײַנען די גרעסטע. און די גאָרילעס. און די טיגערס. כאָטש זיי זײַנען נישט כּשר…‟

די ערשטע זאַך באַמערקט יאַנקעלע, אַז די „זו‟ איז זייער גרויס און ס׳איז שווער צו זען די חיות. הונדערטער מענטשן גייען פֿאַר אים און שטופּן זיך(6 פֿאַר די פֿענצטערס און די קראַטעס(7 פֿון די שטײַגן.(8 ווען ער האָט מזל און כאַפּט אַ בליק איבער די מענטשן, זעט ער, אַז די חיות באַהאַלטן זיך(9 הינטער שטיינער און ביימער. ער גייט און גייט אויף די וועגן און זוכט די לייבן, אָבער ער קען זיי נישט געפֿינען. מען דאַרף דאָ גיין הונדערטער מײַלן, דאַכט זיך אים, ביז מען קומט אָן ערגעץ.

אַ ביסל מיד און פֿאַרשוויצט(10 פֿון דער זון, גייט יאַנקעלע אַרײַן אין אַ גרויסן בנין, וווּ די לופֿט איז קיל און נאָר אַ פּאָר מענטשן דרייען זיך אַרום.(11 דאָ וווינען די קליינע מאַלפּעס(12 — נישט קיין גאָרילעס, צום באַדויערן, אָבער זייערע קליינע ברידערלעך. יאַנקעלע גייט צו זייער נאָענט און קוקט דורך די קראַטעס: די מאַלפּע באַהאַלט זיך נישט, ער זיצט שטיל און רויִק אויף אַ קלאָץ.(13 טאַקע אַ קליינע מאַלפּע, נאָך קלענער ווי יאַנקעלע, אָבער מיט זייער גרויסע אויגן, ווי צוויי שוואַרצע טעלערלעך.(14 עפּעס זעט ער אויס אַ ביסל אומעטיק, קוים וואָס ער רירט זיך.(15

„שלום־עליכם, מיסטער מאַלפּע‟, זאָגט יאַנקעלע, „וואָס מאַכט איר?‟

די מאַלפּע קוקט אויף אים מיט די גרויסע אויגן און ענטפֿערט נישט.

„ווי פֿילט איר זיך? אַלץ איז גוט בײַ אײַך?‟

די מאַלפּע שאָקלט אַ ביסל מיטן קאָפּ און טוט נישט קיין פּיפּס.(16

„פֿאַר וואָס רעדט איר נישט?‟ פֿרעגט יאַנקעלע הויך אויף אַ קול, „איר הערט נישט?‟

איצט ענטפֿערט די מאַלפּע יאָ — מיט אַ הויך געשריי, נישט אויף ייִדיש, נאָר אויף מאַלפּע־לשון: „אַאַ־אַאַ־אַאַ!‟ און כאָטש יאַנקעלע הערט דאָס צום ערשטן מאָל, מיינט ער, אַז ער פֿאַרשטייט די מאַלפּע זייער גוט: „לאָזט אונדז אַרויס פֿון דאַנען!‟ שרײַט ער, „די שׂונאי־ישׂראל(17 האָבן אונדז געכאַפּט און פֿאַרשפּאַרט(18 אין דער שטײַג! ס׳איז ערגער ווי די ערגסטע תּפֿיסה!(19 זיי גיבן אונדז נישט קיין כּשר עסן און מיר טאָרן נישט טאָן קיין מיצוות!(20 לאָזט אונדז אַרויס!‟

יאַנקעלעס האַרץ קלאַפּט מיט שרעק: „דאָס איז נאָך ערגער ווי מײַן חדר!‟ קיין טיר איז נישטאָ פֿון אינעווייניק, לויפֿט ער אַרויס פֿון בנין און זוכט אַ צווייטן אַרײַנגאַנג. און אָט שטייט טאַקע אַ צווייטע טיר מיטן שילד „נאָר פֿאַר פּערסאָנאַל‟(21 — אָבער דער אייבערשטער האָט געהאָלפֿן און די טיר איז אָפֿן.

אינעווייניק איז פֿינצטער ווי די נאַכט, מע זעט נישט גאָרנישט. אָבער די געשרייען פֿון די מאַלפּעס קלינגען אין יאַנקעלעס אויערן און ער גייט זיי נאָך.(22 אין אַ צווייטן צימער שטייען פֿלעשלעך וואַסער און קעסטלעך(23 מיט פֿרוכטן — מאַלפּע־עסן. יאַנקעלע נעמט אַ באַנאַנע און לייגט זי אַרײַן אין קעשענע אויף שפּעטער.

אין אַ דריטן צימער איז שוין ליכטיק, ווײַל די שטײַגן עפֿענען זיך פֿון יענער זײַט, פֿון הינטן. צום גליק, ליגט דער שליסל(24 אויף אַ טיש, אָבער יאַנקעלע איז צו קורץ צו דערגרייכן(25 צום שלאָס.(26 ער שטייט אויף אַ בענקל און ראַנגלט זיך(27 מיטן שלאָס עטלעכע מינוט, ביז ער עפֿנט זיך.

דערווײַל וואַרטן דאָרט שוין אַלע מאַלפּעס, ווײַל ווען זיי הערן ווי דער שלאָס קלינגט, ווייסן זיי, אַז ס׳איז צײַט צו עסן.

„אַנטלויפֿט!‟ שרײַט יאַנקעלע, „איר זײַט פֿרײַ!‟ און איינס נאָך אַנאַנד(28 שפּרינגען די מאַלפּעס אַרויס.

***

טײַערע סטודענטן,

געוואַלד, די מאַלפּעס זײַנען פֿרײַ! וואָס וועלן זיי טאָן? און ווי אַזוי וועט יאַנקעלע זיך אַררויסדרייען(29 פֿון דעם? זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אײַערע עצות און געדאַנקען אויפֿן אַדרעס:

burko@yiddish.forward.com

1) פֿאַרברענגען גוט — have a good time

2) אותיות [óysyes] — letters

3) שומרים [shómrim] — guards

4) לייב (דער) — lion

5) העלפֿאַנד (דער) — elephant

6) שטופּן זיך — push each other, jostle

7) קראַטע (די) — bars

8) שטײַג (די) — cage

9) באַהאַלטן זיך — hide

10) פֿאַרשוויצט — sweaty

11) אַרומדרייען זיך — hang around

12) מאַלפּע (די) — monkey

13) קלאָץ (דער) — log

14) טעלערל (דאָס) — saucer

15) קוים וואָס ער רירט זיך — he is hardly moving

16) פּיפּס (דער) — peep, tiny sound

17) שׂונאי־ישׂראל (sóyne-yisróel) — anti-Semites

18) אײַנשפּאַרן — shut in

19) תּפֿיסה (די) [tfíse] — prison

20) מיצווה (די) [mítsve] — commandment

21) נאָר פֿאַר פּערסאָנאַל — staff only

22) נאָכגיין — follow

23) קעסטל (דאָס) — box

24) שליסל (דער) — key

25) דערגרייכן — reach

26) שלאָס (דער) — lock

27) ראַנגלען זיך — wrestle, struggle

28) איינס נאָך אַנאַנד — one after the other

29) אַרויסדרייען זיך — get out of (a predicament)