צװײ הונדערט יאָר צוריק איז אין רוסלאַנד געװען זײער פּאָפּולער אַן אױסדרוק: „אױב איר װעט אַ קראַץ טאָן אַ װעלכן ניט איז רוסישן פּאַטריאָט, וועט איר באַלד אױסקראַצן אַ טאָטער‟. כּמעט דאָס זעלבע פֿלעגט אַ זאָג טאָן דער נאָבעל־לאַורעאַט איװאַן בונין, כאָטש אין זײַנע צײַטן האָט מען, אָן ספֿק, געקענט פֿאַרבײַטן דאָס װאָרט „טאָטער‟ אױף „אַ ייִד‟.
אין די צײַטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע איז די צאָל שמדניקעס אין רוסלאַנד געװען ניט קײן גרױסע, בערך אַכט הונדערט שמדן אַ יאָר, אָבער נאָך דעם, װי מע האָט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ און אָפּגעטײלט די רעליגיע פֿון דער מאַכט, איז די צאָל יונגע ייִדן און ייִדענעס, װעלכע האָבן זיך אַ װאָרף געטאָן אינעם ים פֿון דער אַסימילאַציע, געװאָרן אַ גװאַלדיקע. קײן פֿרױען זײַנען אין יענע צאַרישע צײַטן אין די רעגירונגען ניט געװען, און בײַ די מיטגלידער פֿון דער רוסישער רעגירונג זײַנען קיין ייִדישע פֿרויען אויך נישט געווען.
די איבערקערעניש אויפֿן ווײַבערישן פֿראָנט איז געקומען צוזאַמען מיט דער גרויסער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש. דאָרט האָבן שוין די ייִדישע ווײַבער „פֿאַרכאַפּט‟ די העכסטע פּאָזיציעס אין דער ערשטער סאָוועטישער רעגירונג. כ‘מיין, נישט די ווײַבער אַליין, נאָר זייערע מענער. למשל, בײַ סערגיי קיראָװ, וואָס איז שיִער נישט אויסגעוויילט געוואָרן אויף סטאַלינס אָרט, ווי דער פֿירער פֿון לאַנד, איז זײַן צווייטע פֿרוי געווען אַ ייִדישע — מרים מאַרקוס; אַלעקסיי ריקאָװ, וואָס האָט נאָך לענינס טויט פֿאַרנומען אויף אַ צײַט זײַן פּאָזיציע, האָט חתונה געהאַט מיט נינע מאַרשאַק; דער פּאַרטיי־גדול ניקאָלײַ בוכאַרין האָט צוויי מאָל חתונה געהאַט, און ביידע מאָל מיט ייִדישע פֿרויען: אסתּר גורװיץ און חנה לוריא. אַפֿילו דער לעגענדאַרער גרינדער פֿון „ענקאַוועדע‟, שפּעטער „קאַגעבע‟, פֿעליקס דזערזשינסקי האָט געהאַט אַ ייִדישע פֿרױ — ס. מושקאַט.
װײַטער — אַלץ מער: גענעראַלן, מיניסטאָרן, דיפּלאָמאַטן — קיינער פֿון זיי האָט זיך נישט געשעמט חתונה האָבן מיט אַ ייִדיש מיידל. אמת, סטאַלין האָט עס זיי נישט מוחל געווען (און אפֿשר מקנא געווען); אַ סך פֿון זיי, סײַ די מענער און סײַ די ייִדישע ווײַבער, האָבן אויסגעפּרוּווט אויף זיך זײַן „ברייטהאַרציקייט‟, און צו מאָל באַצאָלט פֿאַר דעם מיטן לעבן, אָדער לאַנגע יאָרן אין „גולאַג‟.
ס‘איז שוין באַקאַנט, אַז יעדעס מאָל, װען די סיטואַציע אין עפּעס אַ לאַנד קומט צו אַ קריזיס, הײבט מען גלײַך אָן זוכן „די לאַנגע האַנט פֿון דער ייִדישער פֿאַרשװערונג‟, און ממש על־פּי נס וואַקסן אַרױס די ייִדישע װאָרצלען סײַ פֿון די „גוטע‟ דעמאָקראַטן און סײַ פֿון די „שלעכטע‟ רעאַקציאָנערן.
פּונקט אַזױ איז עס געשען מיט די לעצטע „פֿרײלעכע‟ געשעענישן אין אוקראַיִנע. דאָס, װאָס די אוקראַיִנישע נעאָ־נאַציס דערשמעקן אַ ייִד אין יעדן רײַכן אָדער דערפֿאָלגרײַכן מענטש, איז ניט קײן חידוש און ניט קײן נאָװינע, אָבער אָט, אױך די בכּבֿודיקע „פֿאָרבס ישׂראל‟ און נאָך אַ פּאָר ערנסטע ישׂראלישע געדרוקטע און עלעקטראָנישע אויסגאַבעס האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אינטערעסאַנטע אַרטיקלען װעגן די ייִדישע װאָרצלען פֿון די באַװוּסטע אוקראַיִנישע פּאָליטיקער און אָליגאַרכן.
די מוטער פֿונעם הײַנטיקן פּרעמיער־מיניסטער אַרסעני יאַצעניוק שטאַמט פֿון אַ בכּבֿודיקער ייִדישער משפּחה תּלמודיסטן, און איז געבױרן געװאָרן װי מרים בת־צבֿי באַקאַי. װיטאַלי קליטשקאָ האָט תּמיד שטאָלצירט מיט זײַן באָבע, תּמר בת־אפֿרים עטינזאָן. יוליאַ טימאָשענקאָס פֿאָטער איז געװען אַבֿרהם בן־קלמן קאַפּיטעלמאַן.
„פֿאָרבס ישׂראל‟ האָט מיט אַ האַלב יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רשימה פֿון 165 סאַמע רײַכע ייִדן אױף דער װעלט. פֿאַר קײנעם איז ניט געװען קײן נאָװינע, אַז לאַרי עליסאָן מיט זײַנע 43 מיליאַרד דאָלאַר, מײַקל בלומבערג, 27 מיליאַרד, און שעלדאָן עדעלסאָן — 26.5 מיליאַרד דאָלאַר, װעלן שטײן בראָש דער רשימה; אָבער אין דער װאָגיקער רשימה פֿון ייִדן־נגידים זײַנען אַרײַן אױך דרײַ אוקראַיִנישע בירגער: דער מלך פֿון דער קױלן־אינדוסטריע רינאַט אַכמעטאָװ מיט 15.4 מיליאַרד, װיקטאָר פּינטשוק — 3.8 מיליאַרד דאָלאַר און פּעטראָ פּאָראָשענקאָ — 1.6 מיליאַרד דאָלאַר.
װיפֿל מיר זאָלן ניט לײענען װעגן די ייִדישע גרויסע נגידים, װעלן מיר, לײדער, רײַכער ניט װערן. און װיפֿל זאָלן מיר ניט קראַצן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן פֿון כּאילו ייִדישן אָפּשטאַם, קײן לײַט װעלן זיך פֿון זײ ניט אױסטשוכען. אָבער, נאַט אײַך אַ פֿרישן וויץ צום עונג־שבת:
דער רוסישער פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין שטײט אין דער רײ צו דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין מאָסקװע, כּדי עולה זײַן קײן ישׂראל. עס קומט צו אים צו דער רוסישער פּרעמיער, דמיטרי מעדװעדיעװ, און פֿרעגט אים, פֿאַרשטייט זיך, אױף רוסיש: „װאָלאָדיאַ, דו ביסט דער לעצטער אין דער ריי?‟ ענטפֿערט אים פּוטין: „קודם־כּל, ניט װאָלאָדיאַ, נאָר װעלװל, און צװײטנס, מרדכי, רעד ייִדיש, ווײַל די קאַגעבע־אַגענטן שפּירן אונדז נאָך…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.