הערט אַ מעשׂה — משה האָט פֿאַרלוירן דעם פֿידל! אָט אַזוי הייבט זיך אָן די געשיכטע:
אין אַ פּאַנסיאָן(1 אין ניו-דזשערזי האָט משה געמאַכט אַ קערטל(2 מיט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור. דער פּראָפֿעסאָר — האָט מען משהן דערציילט — איז אַ טיילצײַטיקער אָנגעשטעלטער בײַ דעם ניו-יאָרקער אוניװערסיטעט, און איינער פֿון די בעסטע פֿידלערס אויף דער װעלט. ער איז אַ קלוגער און אַ מאָל איז ער געװען אַ גוטער קאָרטן-שפּילער, אָבער משה האָט זייער לײַכט געװוּנען; און ער האָט טאַקע געװוּנען אַ סך — טויזנטער דאָלאַרן. „געלויבט איז דער אייבערשטער!‟,(3 האָט משה אויסגעשריגן.
דער פּראָפֿעסאָר איז געװאָרן טרויעריק. מע האָט געזען טרערן אין זײַנע אויגן. צום סוף האָט דער פּראָפֿעסאָר אים דערציילט: „כ׳האָב ניט געבראַכט מיט זיך גענוג געלט. קומט מאָרגן אין האָטעל, וועט איר זײַן מײַן גאַסט‟.
משה איז געפֿאָרן מיט אַ שיף קיין ניו-יאָרק. אַזוי ליכטיק איז די שטאָט געװען. זי איז משהן זייער געפֿעלן. אפֿילו די טענעמענט-הײַזער האָט משה ליב געהאַט. „מיט פֿיר חדשים צוריק‟, האָט משה געטראַכט, „האָב איך געװוינט אין אַ געצעלט אין אַ הוּװערװיל.(4 באַלד װעל איך קענען קויפֿן אַ באָנגאַלאָ!‟ ניו-יאָרק האָט אַפֿילו אין יענע צײַטן געשמט ווי די שטאָט פֿון חלומות.
דער האָטעל האָט אויסגעזען װי אַ פּאַלאַץ, װאָס איז חרובֿ געוואָרן. משה האָט דערפֿילט אַ קעלט. פֿון דעסטוועגן, איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין דעם פּראָפֿעסאָרס צימער. דאָרט איז געשטאַנען נאָר אַ בעט מיט אַ שטול. קיין װאַשצימער איז ניט געווען.
דער פּראָפֿעסאָר אַליין איז געזעסן אויף דער שטול. ער האָט געהאַלטן צוויי פּעקלעך אין דער האַנט: „כ׳האָב ניט קיין געלט‟. איצט איז שוין משה געוואָרן טרויעריק.
„ביסט ניט דער איינציקער, װאָס האָט בײַ מיר געװוּנען געלט. כ׳האָב פֿאַרשפּילט געלט פֿאַר אַ גאַנצער מחנה(5 גנבֿים און גזלנים! כ׳װייס ניט װאָס צו טאָן… אָבער כ׳בין ניט קיין שלעכטער. עפּעס װעל איך דיר געבן. אין דעם דאָזיקן פּעקל זײַנען דאָ צװיי פֿידלען‟. און ער לייגט אַוועק די צװיי פּעקלעך אויף דער בעט.
דער פּראָפֿעסאָר רעדט דערווײַל װײַטער: „איין פֿידל האָט מיר געגעבן דער טאַטע. דעם צווייטן האָב איך באַקומען פֿון אַ כּישוף-מאַכערין.(6 זי האָט דעם צװייטן פֿידל פֿאַרכּישופֿט.(7 יעדער װאָס שפּילט אויף דעם ערשטן פֿידל, װעט זײַן פֿריילעך אַ גאַנץ לעבן. יעדער װאָס שפּילט אויף דעם צװייטן, וועט פּלוצעם ווערן אַ גרויסער פֿידלער. ער װעט װערן באַרימט. מע װעט פֿאָרן הונדערטער מײַלן, כּדי צו הערן װי ער שפּילט אויף דעם פֿידל. אָבער דער װאָס שפּילט אויף דעם צװייטן פֿידל װעט ניט באַקומען קיין סך געלט, ניט פֿון שפּילן און ניט פֿון לערנען פֿידל־שפּילן, און אַװדאי ניט פֿון קאָרטן־שפּילן. כּדי צו פֿאַרדינען געלט, וועט דער פֿידלער מוזן לאַנגע יאָרן שרײַבן אַ דאָקטאָראַט און דערנאָך לערנען ליטעראַטור. שװער וועט זײַן די אַרבעט, און שרעקלעך װעט זי זײַן באַצאָלט! איז באַשליס: װעלכן פֿון די צװיי פֿידלען װילסטו אויסקלײַבן?”
1) פּאַנסיאָן (דער) — boarding-house
2) מאַכן אַ קערטל — play a game of cards
3) אייבערשטער (דער) — the Lord
4) הוּווערוויל — Hooverville, shanty town built by homeless people during the Great Depression
5) מחנה (די) [mákhne] — group, gang
6) כּישוף־מאַכערין (די) [kíshef]— witch, sorceress
7) פֿאַרכּישופֿן [farkíshef] — enchant, bewitch
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.