Oyneg Shabes

ייִדן לאַכן פֿון זיך אַליין

Self-Deprecatory Jokes

  • Print
  • Share Share

דעמאָלט

ווען משה רבינו האָט צעבראָכן די לוחות, האָבן אַ טייל ייִדן געכאַפּט די „עשׂה׳ס‟ און אַנדערע — די „לא תעשׂה׳ס‟.

און דעמאָלט טאַקע זײַנען אויפֿגעקומען די קאַטעגאָריעס: אָרטאָדאָקסן און רעפֿאָרמירטע…


מען שפּאַלט זיך

— פֿאַר וואָס האָט זיך דער ים געשפּאָלטן פֿאַר די ייִדן?

— ווײַל וווּ אַ ייִד שטעלט אַ פֿוס, ווערט אַ שפּאַלטונג…


ייִדישע גבורים

— צוליב וואָס האָט שלמה המלך געדאַרפֿט אַוועקשטעלן אַרום זײַן בעט אַזוי פֿיל שומרים, אַזש זעכציק „גבורי ישׂראל‟?

— טאַקע דערפֿאַר, ווײַל זיי זײַנען געווען ייִדישע גבורים…


ער היט זיך אויס

אין אַ לאַנדסמאַנשאַפֿט איז געווען אַן עלטערער ייִד, וואָס יעדעס מאָל, ווען אַ מיטגליד איז געשטאָרבן און מע האָט דעם ייִדן געבעטן ער זאָל זײַן איינער פֿון דעם קאָמיטעט, וואָס דאַרף מיטפֿאָרן צום בית־עולם, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט. ווען דער פּרעזידענט פֿונעם פֿאַראיין האָט אים איין מאָל געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער וויל ניט מיטפֿאָרן, האָט ער געענטפֿערט: „ווײַל איך וויל זיך ניט וואַרפֿן דעם מלאך־המוות אין די אויגן‟…


קיין מאָל ניט געפּרוּווט

מע האָט געפֿרעגט אַ ייִדן, צי ער קען שפּילן אויף אַ פּיאַנע.

— איך ווייס? — ענטפֿערט ער, — איך האָב נאָך קיין מאָל ניט געפּרוּווט, אפֿשר קען איך.