ערשטנס, ווילן מיר באַדאַנקען די סטודענטן, וואָס האָבן זיך געטיילט מיט אונדז מיט זייערע געדאַנקען פֿאַר דער מעשׂה: סאַש אָרעס, סיידי גאָלד־שאַפּיראָ, סאָפֿי זים, נח מאַרקוס, הלל רינגעלבלום, און נחמה רן־רדניץ. זיי האָבן פֿאָרגעלייגט,(1 אַז יאַנקעלע זאָל פֿאָרן אין זאָאָלאָגישן גאָרטן (אין “זו”), אָדער אין מוזיי, אָדער אין פּאַרק. אָבער כּמעט אַלע זײַנען מסכּים, אַז ער זאָל פֿאָרן מיטן „סאָבוויי‟ און אַזוי האָבן מיר באַשלאָסן.
איידער מיר דערציילן יאַנקעלעס געשיכטע ווײַטער, ברענגען מיר דעם המשך(2 פֿון דער מעשׂה, וואָס סיידי גאָלד־שאַפּיראָ האָט אָנגעשריבן:
יאַנקעלע לויפֿט און לויפֿט און לויפֿט. ער לויפֿט אין אַ פּאַרק, ער לויפֿט אין אַ פֿעלד, ער לויפֿט אין די גאַסן. ער איז זייער מיד און אַ ביסל הונגעריק. ער מוז עסן! ער קויפֿט אַן עפּל אין אַ שפּײַזקראָם. דער קרעמער(3 פֿרעגט: „ווי אַלט ביסטו, ייִנגעלע?‟
„עס איז נישט אינטערעסאַנט‟ — ענטפֿערט יאַנקעלע און אַנטלויפֿט. ער לױפֿט אַריבער דעם וועג, וווּ מע טאָר נישט… אַן אויטאָבוס — בוווווום!!!!
* * *
„יאַנקעלע, יאַנקעלע, שטיי אויף!‟ — שרײַט די באָבע. די באָבע? די באָבע איז דאָך געשטאָרבן! „שלום-עליכם, באָבע. וווּ בין איך?‟
„עליכם–שלום. דו ביסט אױף יענער וועלט. איך האָב דיך ליב, אָבער עס איז צײַט צו גיין אַהיים“ — זאָגט די באָבע.
יאַנקעלע לױפֿט און לויפֿט, אינעם זיבעטן הימל. ער לױפֿט אין אַ הימלישן פּאַרק, ער לױפֿט אין אַ הימלישן פֿעלד, ער לויפֿט אין די הימלישע גאַסן. ער איז זייער שװאַך און זייער הונגעריק. ער לױפֿט אַריבער די גאַס און שטויסט זיך צונויף מיט אַ הימלישן אויטובוס — בוווווום!!!!
* * *
„יאַנקעלע, יאַנקעלע, שטיי אויף!“ — שרײַט מען. „באָּבע?“ פֿרעגט יאַנקעלע.
„ניין! איך בין דײַן רבי. מיר זײַנען אין חדר. ס׳איז צײַט צו לערנען!“ — שרײַט דער רבי.
„וואָס פֿאַר אַ משוגענער חלום!‟ — האָט יאַנקעלע געטראַכט.
יאַנקעלע גייט אַרײַן אין דער „סאָבוויי‟־סטאַנציע, וווּ ער זעט, אַז עס קומט שוין אָן די באַן. גיך, ווי דער ווינט, שפּרינגט ער דורך דעם טויער(4 — ער באַצאָלט נישט — און אַרײַן דורך די אָפֿענע טירן. די טירן פֿאַרמאַכן זיך גלײַך הינטער אים און מען פֿאָרט.
אַרום יאַנקעלען שטייען גרויסע מענטשן, וואָס פֿאַר אים זעען זיי נישט אויס ווי קיין ייִדן: די מענער האָבן נישט קיין בערד און די פֿרויען זײַנען אָנגעטאָן אין קורצע קליידלעך.(5 נאָר איין אַלטער ייִד זיצט דאָרט און קוקט אַרײַן אין אַ ספֿר, כּדי ניט צו קוקן אויף די אַלע גוייִשע זאַכן. „איך האָף, אַז דער ייִד וועט מיך נישט דערקענען‟(6 — טראַכט יאַנקעלע.
די באַן שטעלט זיך אָפּ(7 און אַ סך מענטשן גייען אַרויס. יאַנקעלע זעצט זיך אַוועק אויף אַ פֿרײַען פּלאַץ דאָרט, וווּ דער אַלטער ייִד וועט אים נישט זען. ער האָט מזל: דער אַלטער ייִד טראָגט גרויסע, שטאַרקע ברילן, קוים וואָס ער זעט,(8 און בײַ דער קומענדיקער סטאַנציע גייט ער אַרויס.
פּלוצעם הייבט עמעצער אָן צו רעדן הויך אויף אַ קול: „אַנטשולדיקט, וואָס איך שטער(9 אײַך, מײַנע ליבע מענטשן, אָבער איך בין נעבעך אין זייער אַ שווערער סיטואַציע. איך האָב פֿאַרלוירן די אַרבעט מיט דרײַ חדשים צוריק, און איצט האָט מײַן הויז אָפּגעברענט.(10 איך האָב ניט קיין רעכטע האַנט, ווײַל איך בין פֿאַרוווּנדיקט(11 געוואָרן אין דער מלחמה, און איך בין, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט,(12 שווער קראַנק אויף …‟ (דאָס פֿאַרשטייט יאַנקעלע נישט) „מײַן ווײַב האָט מיך אָפּגעגט(13 און די קינדער ווילן מיך נישט קענען. איך בעט אײַך, האָט גאָט אין האַרצן און שענקט אַ נדבֿה‟.(14
דער בעטלער גייט פּאַמעלעך דורכן וואַגאָן מיטן היטל אין דער האַנט, און אַ פּאָר מענטשן לייגן אַרײַן אין זײַן היטל אַ ביסל געלט. יאַנקעלע לייגט אַרײַן אַ צוקערל,(15 אַ „לאַליפּאַפּ‟. דער בעטלער וווּנדערט זיך(16 און קוקט אויף אים מיט גרויסע אויגן. „זאָרגט זיך נישט‟ — זאָגט יאַנקעלע — „ס׳איז כּשר‟.
ווי באַלד(17 דער בעטלער גייט אַרײַן אין דעם צווייטן וואַגאָן, הערט זיך נאָך אַ קול, אַ טיפֿס און אַ שיינס, ווי בײַ אַ חזן, הויך ווי אַ שופֿר. „טוט תּשובֿה!(18 דער סוף פֿון דער וועלט דערנענטערט זיך,(19 דער גרויסער יום־הדין,(20 און עס פֿלאַקערן(21 שוין די פֿײַערן פֿון גיהנום. טוט תּשובֿה און ראַטעוועט זיך,(22 איידער עס ווערט צו שפּעט!‟
יאַנקעלע קוקט אויף דעם מענטש, וואָס שרײַט: אַ נידעריקער פּאַרשוין אין אַ ווײַסן אָנצוג,(23 אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיט אַ געגאָלטן(24 קאָפּ. די אויגן ברענען בײַ אים מיט דעם ליכט פֿון אַ גלייביקן,(25 אָבער ער האָט ניט קיין באָרד, אַפֿילו ניט קיין וואָנצעס.(26 „געלויבט(27 איז גאָט!‟ — דונערט(28 ער ווײַטער — „די טויערן פֿון הימל זײַנען אָפֿן פֿאַר די, וואָס טוען תּשובֿה אויף אַן ערלעכן אופֿן.(29 אָבער די צײַט איז קורץ און די אַרבעט איז גרויס!‟
יאַנקעלע זעט, אַז די אַנדערע פּאַסאַזשירן הערן דעם פּריידיקער(30 ווי די קאַץ.(31 איינער לייענט אַ צײַטונג, אַ צווייטער הערט מוזיק אויף זײַן „אײַ־פּאָד‟. אַנדערע מענטשן רעדן צווישן זיך אָדער מאַכן זיך נישט־וויסנדיק.(32 יאַנקעלע האָט רחמנות אויף דעם שוואַרצן, וואָס דאַרף פּריידיקן פֿאַר אַזעלכע בהמות.(33
„איך זאָג אײַך צו,(34 אַז איך וועל תּשובֿה טאָן‟ — זאָגט יאַנקעלע, ווען דער פּריידיקער גייט פֿאַרבײַ. „אָבער פֿריִער וויל איך פֿאָרן אין ‚זו‘, ווײַל איך האָב ליב חיות‟.
„אפֿשר זאָלסטו פֿאָרן אין אַקוואַריום?‟ — זאָגט דער פּריידיקער. „דאָס איז ווי אַ ‚זו‘, אָבער מיט פֿיש און מיט חיות, וואָס לעבן אין ים. זיי זײַנען אַלע גאָטס באַשעפֿענישן‟.(35
יאַנקעלע ווערט אַ ביסל צעמישט.(36 אין חדר זאָגט אים דער רבי וואָס צו טאָן, און אין דער היים זאָגן טאַטע־מאַמע; אָבער דאָ אין דער גרויסער וועלט איז אַלץ הפֿקר.(37
„זאָרג זיך נישט, ייִנגעלע‟ — טרייסט(38 אים דער פּריידיקער — „אַלץ וועט זײַן גוט‟.
„יאָ‟ — זאָגט יאַנקעלע — „ברוך־השם!‟(39
* * *
טײַערע סטודענטן,
יאַנקעלע איז אויפֿן וועג — אָבער וווּהין? אין „זו‟ אָדער אין אַקוואַריום? און ווען ער וועט אָנקומען, וואָס זאָל ער דאָרט טאָן? זײַט אַזוי גוט און שיקט אײַערע עצות און געדאַנקען אויפֿן אַדרעס
1) פֿאָרלייגן — suggest
2) המשך (דער) [hémshekh] — continuation
3) קרעמער (דער) — shopkeeper
4) טויער (דער) — gate
5) קליידל (דאָס) — skirt
6) דערקענען — recognize
7) אָפּשטעלן זיך — come to a halt
8) קוים וואָס ער זעט — he can hardly see
9) שטערן — disturb, interrupt
10) אָפּברענען — burn down
11) פֿאַרוווּנדיקן — wound
12) ניט פֿאַר אײַך געדאַכט — it shouldn’t happen to you
13) אָפּגטן [ópgetn] — divorce
14) נדבֿה (די) [nedóve] — donation, handout
15) צוקערל (דאָס) — candy
16) וווּנדערן זיך — be stupified
17) ווי באַלד — as soon as
18) תּשובֿה [tshúve] טאָן — repent
19) דערנענטערן זיך — approach, come closer
20) יום־הדין [yom-hadín] (דער) — Day of Judgment
21) פֿלאַקערן — blaze, flare
22) ראַטעווען זיך — save oneself
23) אָנצוג (דער) — suite
24) גאָלן — shave
25) גלייביקער (דער) — believer
26) וואָנצעס (די) — mustache
27) לויבן — praise
28) דונערן — thunder
29) אופֿן [oyfn] (דער) — way, manner
30) פּריידיקער (דער) — preacher
31) הערן ווי די קאַץ — listen to him just like the cat, i.e. not at all
32) מאַכן זיך נישט־וויסנדיק — ignore, pretend not to notice
33) בהמה [behéyme] (די) — cattle, imbecile
34) צוזאָגן — promise
35) באַשעפֿעניש (דאָס) — creation
36) צעמישן — confuse
37) הפֿקר [héfker] — chaotic, lawless
38) טרייסטן — comfort, console
39) ברוך־השם [borekh-hashém] — thank God
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.