Oyneg Shabes

שלאָפֿט געזונטערהײט

Sleep in Good Health

  • Print
  • Share Share
WikiHow

מײַן רבי, ר’ משה־דוד ראָזען, זכרונו צדיק לבֿרכה, איז געװען אַ ראַיעלער מענטש. די פּאָליצעס און דעם ביכערשראַנק אין מײַן קאַבינעט האָט ער באַשטעלט מיט ספֿרים און ייִדישע ביכער. אױך אינעם שופֿלאָד פֿון מײַן אַרבעטסטיש האָט ער אַרײַנגעלײגט אַ פּאָר ספֿרים — רבי נחמנס „סיפּורי מעשׂיות‟ און „שבֿחי הר”ן‟, װעגן הרבֿ נחמן בראַסלעװער. כ’האָב אױפֿגעמאַכט די „שבֿחים‟, און דאָס ערשטע, װאָס עס האָט זיך מיר אַ װאָרף געטאָן אין די אױגן, איז געװען אַ באַשרײַבונג װעגן ר’ נחמנס באַזונדערער פֿעיִקײט אױפֿצושטײן צום תּיקון־חצות, אָן אַ װעקער און שטענדיק אין דער זעלבער צײַט.

איך, צו יענער צײַט אַ יונגער־מאַן, האָב שום־אופֿן ניט געקענט פֿאַרשטײן, װי אַזױ איז דאָס מעגלעך — אַנטשלאָפֿן װערן און נאָך דעם אױפֿשטײן צום תּיקון־חצות. פֿון מײַן לעבנס־דערפֿאַרונג האָב איך געקענט נאָר אײן זאַך, אַז איך װער אַנטשלאָפֿן קענט איר שיסן פֿון אַלע האַרמאַטן, אָבער מיך װעט איר ניט אױפֿװעקן. שפּעטער האָב איך זיך באַקענט מיט אײנעם אַ פּאַסטעך אַ פֿילאָסאָף, אַן אַלטן רומענער, סאַנדו, װעלכער האָט פֿאַרמאָגט פּונקט די זעלבע פֿעיִקײט, װי רבי נחמן בראַסלעװער. כ’בין געװען אַן עדות, װי סאַנדו פֿלעגט אױפֿשטײן פּונקט אין אַ באַשטימטער שעה, אַ מאָל צו די לעמעלעך און אַ מאָל צו די קי.

אײן טאָג האָב איך אים באַזוכט אױף זײַן פֿיטערפֿעלד, און דרײַ אַ זײגער בײַ נאַכט האָב איך געהאַט אַ צוג אױף צוריק פֿון אַ קלײנער סטאַנציע ניט װײַט פֿון סאַנדוס נחלה. כ’האָב מורא געהאַט צו פֿאַרשפּעטיקן צו דעם צוג, דעריבער בין איך געזעסן בײַם טיש און געלײענט אַ ביכל. װאָס האָב איך געלײענט, װײס איך ניט, װײַל כ’האָב מער געדרימלט אײדער געלײענט, אָבער פּונקט האַלב דרײַ בײַ נאַכט איז אַרײַנגעגאַנגען דער אַלטער סאַנדו, מיך אױפֿגעװעקט און געהײסן גײן צו דער סטאַנציע, אױב איך װיל ניט פֿאַרשפּעטיקן צום צוג.

און אָט, דאָ ניט לאַנג פֿאַלט אין מײַנע הענט אַרײַן אַ פֿריש ביכל פֿון דער אַמעריקאַנער אַנטראָפּאָלאָגין קעראָל װאָרטמאַן, װעלכע איז אײנע פֿון די גרעסטע מומחים אין די שלאָף־ענינים. עס װײַזט זיך אַרױס, אַז אַ סך מענטשן כאַפּן זיך אױף אין מיטן דער נאַכט און אַ פּאָר שעה דרײען זײ זיך אין בעט אָדער איבער דער דירה, און קענען ניט װידער אַנטשלאָפֿן װערן. נו, אָט, מײנט דער נאַיִװער מענטש, אױך איך בין שױן זוכה צו דער שלאָפֿלאָזיקײט, און מע הײבט אָן צו קעמפֿן מיט דער „קרענק‟, װער מיט דער הילף פֿון די פּילן, װער מיט ספּאָרט־געניטונגען, און װער מיט דער משקה.

נאַרישקײט שבנאַרישקײט, זאָרגט קעראָל װאָרטמאַן, אין דער אמתן, אַ פּאָר שעה איבעררײַס אין מיטן דעם נאַכטשלאָף איז גאָר ניט קײן קרענק, נאָר אַ נאָרמאַלע זאַך פֿאַר מענטשנס קערפּער. נאָך מער: דאָקטער װאָרטמאַן האַלט, אַז אַ געזונטער דערװאַקסענער מענטש מוז שלאָפֿן אין צװײ, און אַפֿילו אין דרײַ שלאָפֿפֿאַזעס. צום בײַשפּיל, אין די קולטורן, װעלכע זײַנען װײַט פֿון דער מאָדערנער ציװיליזאַציע, אױך הײַנטיקע טעג, גײט מען שלאָפֿן גלײַך נאָך דער שקיעה. אַרום חצות שטײען זײ אױף, כאַפּן אַ שמועס, טאַנצן, דאַװנען, שפּילן אַ ליבע, און גײען װײַטער שלאָפֿן.

אין מיטלאַלטער פֿלעגט מען אַפֿילו אַרױסלאָזן ביכלעך, אין װעלכע מ‘האָט רעקאָמענדירט, װאָס צו טאָן אין די שלאָף־איבעררײַסן אין מיטן דער נאַכט. צום בײַשפּיל, די דאָקטױרים פֿון יענער צײַט האָבן געעצהט בעת דער ערשטער שלאָפֿפֿאַזע שלאָפֿן אױף דער רעכטער זײַט, און נאָכן איבעררײַס — אױף דער לינקער, װײַל מע האָט געהאַלטן, אַז אַזאַ אופֿן פֿון שלאָפֿן העלפֿט דער שפּײַז־פֿאַרדײַונג. אַגבֿ, אױך די, להבֿדיל, חיות שלאָפֿן אין צװײ פֿאַזעס, ס’הײסט, מיט אַן איבעררײַס. אַזױ אַרום, אױב איר װעט זיך אױפֿכאַפּן אין מיטן דער נאַכט און אַ פּאָר שעה הנאה האָבן פֿון לײענען, פֿון זען אַ שײנעם פֿילם, פֿון אַ ליבעשפּיל אָדער פֿון תּיקון־חצות, האָט ניט מורא, ס’איז גאָר ניט קײן קרענק. דער עיקר איז, אַז איר זאָלט, נאָך אַ פּױזע, װידער אַנטשלאָפֿן װערן. אין דעם, טענהן די דאָקטױרים, שטעקט אַ קאַפּעטשקע פֿון דער נשמה־האַרמאָנישקײט.