מאָטל און חנה בערנשטיינס קינדער האָבן געהייסן דוד, רחל און מיליסענט. מיליסענט איז געווען אַ ביסל אַנדערש. ערשטנס, האָט זי גאָר ניט געהייסן „מיליסענט‟. איר אמתער נאָמען איז געווען „שפּרינצע‟. אָבער שפּרינצע האָט זיך געלערנט אין אַנדאָװער און זי האָט געמיינט, אַז דער נאָמען „שפּרינצע‟ קלינגט צו ייִדישלעך. האָט זי אָנגעהויבן זיך צו רופֿן „מיליסענט‟. דערנאָך האָט זי זיך געלערנט אין האַרװאַרד, און נאָר די פּאָר סטודענטן, װאָס האָבן זיך מיט איר געלערנט אין אַנדאָװער, און איצט אין האַרוואַרד, האָבן געוווּסט, אַז מיליסענט האָט אַ מאָל געהייסן שפּרינצע.
נאָך דעם אוניװערסיטעט איז מיליסענט געפֿאָרן קיין פּאַריז. זי האָט געװאָלט זען די װעלט. זי איז געווען אַ גרויסע פֿײַנשמעקערין, אַ „פֿודי‟, און געהאַלטן, אַז ס‘איז כּדאַי צו פֿאָרן נאָר אין די לענדער, װוּ מע קאָכט מיט אַ סך מילך, צוקער און פּוטער. „איך מיין‟, — האָט זי געזאָגט איר חבֿרטע, — „עס איז ניטאָ קיין אַנדער שטאָט אין דער װעלט, חוץ פּאַריז, װוּהין איך וואָלט געוואָלט אַזוי פֿאָרן‟.
„פֿאַר װאָס ניט קיין מאַרסײ אָדער שטראַסבורג?‟ — האָט די חבֿרטע געפֿרעגט.
„איך װיל זײַן אין אַ גרויסער שטאָט, װוּ יעדער רעדט גאַנצע נעכט װעגן פֿילאָסאָפֿיע, ליטעראַטור און געשמאַקע מאכלים‟.
מיליסענט האָט אָבער מורא געהאַט צו זאָגן די פּאַריזער, אַז זי איז אַ ייִדישע טאָכטער. זי האָט באַשלאָסן צו דערציילן מענטשן, אַז זי שטאַמט פֿון אַן אַלטער משפּחה פֿון „נײַ-ענגלאַנד‟. אַ מאָל זײַנען זיי געװען פּוריטאַנער, האָט זי דערציילט, אָבער אין 19טן יאָרהונדערט זײַנען זיי געוואָרן אוניטאַריער. זיי װוינען איצט אין קאָנעטיקאָט און פֿאַרברענגען יעדן זומער אין „קייפּ-קאַד‟. (דער אמת איז, אַז זיי וווינען אין אַ קליינער דירה אין ברוקלין, זייער װײַט פֿון דער באַן, מיט נאָר צװיי שלאָפֿצימערן).
אין פּאַריז האָט זי זיך געטראָפֿן מיט אַ יונגן-מאַן, אַ דאָקטער. זיי האָבן ליב געהאַט צו גיין שפּאַצירן צוזאַמען איבער די גאַסן און געסלעך פֿון פּאַריז. זי האָט אים דערציילט די זעלביקע מעשׂה וועגן איר „משפּחה‟: װעגן דער היים אין קאָנעטיקאָט, װעגן „קייפּ-קאַד‟, װעגן דעם זיידן, װאָס איז געװען אַ סענאַטאָר פֿון מאַסאַטשוסעטס. דער יונגערמאַן האָט זיך פֿאַרליבט אין איר.
איין טאָג האָט ער פּלוצעם געזאָגט: „מיר קענען ניט בלײַבן צוזאַמען‟. זי האָט געשװיגן.
„איך דאַרף אויפֿהערן צו גיין מיט דיר. איך… איך װייס ניט די ריכטיקע װערטער… איך בין אַ ייִד. די משפּחה איז מיר טײַער. די באָבע-זיידע זײַנען געװען אין װילנער געטאָ. איך אַליין װיל האָבן אַ ייִדישע משפּחה מיט ייִדישע קינדער, און אַ ייִדיש װײַב, װאָס זאָל אָנצינדן די שבת-ליכט‟.
זי האָט געשװיגן, און ער איז אַװעק אין דער נאַכט…
אַנדאָווער — Andover — אַ טײַערע פּריוואַטע שול אין מאַסאַטשוסעטס
פֿײַנשמעקער (דער) — connoisseur
פּוריטאַנער (דער) — Puritan
אוניטאַריער (דער) — Unitarian (Christian denomination)
קייפּ־קאַד — Cape Cod — פּאָפּולער וואַקאַציע־אָרט בײַם ים אין מאַסאַטשוסעטס
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.