Oyneg Shabes

שטעכווערטלעך

Jokes and Jibes

  • Print
  • Share Share

שאָך

צוויי ייִדן פֿלעגן שפּילן שאָך אין קלוב יעדע נאַכט. איינער שטייט איבער זיי ווי אַ קיבעצער נאַכט־אײַן, נאַכט־אויס. איין מאָל וויל זיך איינער מיט אים שואל־עצה זײַן וועגן אַ גאַנג. יענער איז זיך מודה, אַז ער פֿאַרשטייט אין שאָך פּונקט ווי אַ האָן אין בני־אָדם.

— טאָ וואָס־זשע שטייט איר דאָ די גאַנצע צײַט? — פֿרעגט ער אים.

— אָ, איר קענט ניט מײַן ייִדענע! — איז געווען דער ענטפֿער.


מזל־טובֿ

גייט אַ יונגערמאַן אויף איינער פֿון די וואַרשעווער גאַסן און באַגעגנט אַן אַלטע אומבאַקאַנטע פֿרוי.

— מזל־טובֿ אײַך! — זאָגט ער צו איר.

— יונגערמאַן, — פֿרעגט אים די ייִדענע פֿאַרוווּנדערט, — ערשטנס, קען איך אײַך גאָרניט, און צווייטנס, וואָס פֿאַר אַ מזל־טובֿ גיט איר מיר אָפּ?

— איך זע אײַך, באָבינקע, דאָס ערשטע מאָל נאָך אײַער חתונה, — האָט דער יונגערמאַן געענטפֿערט.


אַ שרעקלעכער וויץ

אַ טאַטע אַ כּעסן איז אַ מאָל שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף זײַן חתונה־געהאַטער טאָכטער און האָט איר דערלאַנגט צוויי געזונטע קלעפּ. צעוויינט זיך די טאָכטער און זאָגט:

— ניט גענוג וואָס דער שיינער מאַן מײַנער שלאָגט מיך, דאַרפֿסטו נאָך מיך אויך שלאָגן?

— זאָל ער טאַקע וויסן, דער תּכשיט דײַנער, — האָט דער פֿאָטער געענטפֿער, — ער שלאָגט מײַן טאָכטער, שלאָג איך דערפֿאַר זײַן ווײַב.


גרויפּן

מע האָט דערלאַנגט אַן אורח גרויפּן צום עסן. רופֿט ער זיך אָפּ צו דער בעל־הביתטע:

— איר האָט איבערגעזײַט דאָס וואַסער?

— אַנטקעגן וואָס פֿרעגט איר דאָס? — מאַכט די בעל־הביתטע מיט אַ ברוגזן טאָן.

— ס‘שווימט עפּעס אַרום אַ גרויפּ אין טעלער, — ענטפֿערט דער אורח.


חזנות

דער שמשׂ פֿון שיל איז געווען אַ בייזער ייִד און איז געווען ניט שווה־בשווה מיטן חזן. פֿלעגט ער אַלע מאָל זוכן אַ געלעגנהייט אָפּצוטאָן דעם חזן אַ שפּיצל. איין מאָל, בײַם דאַווענען, ווען דער חזן האָט זיך צעלאָזט אויפֿן קול און עטלעכע מתפּללים האָבן צווישן זיך גערעדט, האָט דער שמשׂ אַ פּאַטש געטאָן אויפֿן טיש און אויסגעשריגן:

— שאַט, ייִדן, לאָז זײַן שטיל, דער חזן קאָן ניט דאַווענען…


ער איז טויב

קינד (צו דער מוטער): מיט וועמען רעדט עס דאָרט דער זיידע?

מוטער: ער רעדט צו זיך אַליין.

קינד: צו וואָס זשע רעדט ער אַזוי הויך?

מוטער: ער איז טויב.