די לאַװינעס פֿון די אינפֿאָרמאַטיװע מאַטעריאַלן קענען משוגע מאַכן יעדן פּשוטן מענטש, װעלכער האָט נאָך ניט פֿאַרלױרן די אמונה אינעם געדרוקטן װאָרט. דעם גרעסטן פּלאָנטער אינעם טאָג־טעגלעכן סדר־היום טראָגן אַרײַן די אומצאָליקע ידיעות און כּאילו װיסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען, װעלכע האָבן צו טאָן מיט צװײ געביטן פֿונעם מענטשנס לעבן — די נערונג און געזונט־צושטאַנד. די מענטשן האָבן דאָך גרױסע אױגן, און עס אַרט זײ זײער, אַז דער שכן, צום בײַשפּיל, איז שױן נײַנציק יאָר אַלט, און ער האָט אַ קלאָרן קאָפּ און גײט אױף זײַנע אײגענע פֿיס. אױך ער װיל לעבן אַזױ לאַנג, װי דער שכן, און אױך ער װיל זײַן געזונט, רײַך און גליקלעך. מילא, צו װעלן צו פֿיל איז קײנעם ניט פֿאַרווערט.
דער באַװוּסטער אַמעריקאַנער אַנטראָפּאָלאָג סטיװען כואַן און די זשורנאַליסטין דזשעניפֿער עקערמאַן האָבן אַרױסגעלאָזט אָן אַ שיִער ביכער װעגן די גאָר אינטערעסאַנטע און טשיקאַװע װיסנשאַפֿטלעכע פֿאַקטן, װעלכע זײַנען אַנטדעקט געװאָרן די לעצטע פּאָר יאָר.
לאַכט, זאָגט אַן ענגליש װערטל, און דאַן װעט איר פֿאַרגעסן פֿון דאָקטױרים. זיגמונד פֿרױד האָט געהאַלטן, אַז דאָס לאַכן העלפֿט אונדז צו באַזיגן די תּאװהדיקע מחשבֿות. טשאַרלס דאַרװין האָט צוגעטײלט דעם געלעכטער אײנע פֿון די װיכטיקסטע ראָלעס אין דער עװאָלוציע־אַנטװיקלונג, װײַל דאָס געלעכטער שוואַכט אָפּ די נערװן־אָנשטרענגונג און העלפֿט װידער אױפֿשטעלן די פּסיכישע סטאַבילקײט. דאָס איז אײנע פֿון די גרונט־סיבות, וואָס אין אַ סך שפּיטעלער האָט מען אױפֿגעשטעלט אָפּטײלונגען פֿאַר געלעכטער־טעראַפּיע. די ביאָכעמיקער דערקלערן די פּאָזיטיװע װירקונג פֿון לאַכן אױפֿן מענטשנס געזונט־צושטאַנד מיט זײער װיכטיקע פּראָצעסן; דאָס געלעכטער דערשלאָגט די קװאַנטיטעט פֿון קאָרטיזאָל, װעלכער צעשטערט די אימוניטעט־סיסטעם. אַחוץ פֿון די שױן גוט באַװוּסטע מעלות פֿונעם לאַכן, האָט מען דאָ ניט לאַנג אַנטדעקט, אַז דאָס לאַכן העכערט די קאָנצענטראַציע פֿון דעם אימונאָגלאָבולין.
אָט דער־אָ אימונאָגלאָבולין איז פֿון די װיכטיקסטע אַנטי־קערפּערס, װעלכע קעמפֿן מיט די כּלערלײ קרענק פֿון די אײבערשטע אָטעם־קאַנאַלן, ס’הײסט, מיט בראָנכיט, טאַנזעליט, לאַרינגיט אאַז”װ. דאָס געלעכטער איז דער װיכטיקסטער נאַטורעלער מיטל קעגן מרה־שחורה און האַרצקרענק, װײַל דער פּסיכאָ־פֿיזישער פּראָצעס פֿאַרבעסערט די װענטילאַציע פֿון די לונגען און איז גורם דעם שטאָפֿן־אומבײַט אין מענטשנס קערפּער.
בײַם גלות־ייִד איז דאָס לאַכן, קודם־כּל, פֿון זיך אַלײן געוואָרן אַ טבֿע װי אַ מין נאַציאָנאַלער שוצמיטל און, אפֿשר, דאָס אײנציקע ממשותדיקע וואָפֿן קעגן שׂונאים. איך מײן, אַז גאָר ניט צופֿעליק זײַנען די „כעלעמער חכמים‟ געבױרן געװאָרן אין די צײַטן פֿון די אַכזריותדיקסטע רדיפֿות אױף ייִדן אין אײראָפּע. אין אונטערשײד צו די שלימזלדיק־אָפּטימיסטישע „כעלעמער חכמים‟, „חבֿרן זיך‟ די ייִדישע שפּריכװערטער װעגן „לאַכן‟ כּמעט שטענדיק מיט אַ „געװײן‟ אָדער אַ פֿילאָסאָפֿישן גלײַכגעװיכט אינעם אָפּשאַצן דעם מענטשלעכע לעבן: „אַז מע לאַכט אין דער פֿרי, װײנט מען בײַ נאַכט‟, „װען מע לאַכט, זעען אַלע, און װען מען װײנט, זעט קײנער ניט‟, „טאַטע, דו לאַכסט? — אַז אָך און װײ איז צו דײַן געלעכטער!‟; „עס לאַכט זיך אַלײן, עס װײנט זיך אַלײן‟, „ער לאַכט מיט יאַשטשערקעס‟, אאַז”װ.
עס איז שװער צו געפֿינען אַ צװײטן ייִדישן שרײַבער, ווי שלום־עליכם, װעלכער האָט אַזױ פֿיל געליטן פֿון שלימזל אין זײַן פּערזענלעכן לעבן. און עס איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז דװקא אין דער צײַט, װען עס איז קלאָר געװאָרן, אַז שלום־עליכם איז מסוכּן קראַנק, זײַנען די לעצטע שורות פֿון זײַן אומשטערבלעכן „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער‟ געװען: „…לכן געזעגנט זיך מיט אײַך דער פֿאַרפֿאַסער מתּוך שׂחוק, לאַכנדיק, און װינטשט אײַך, אַז ייִדן, און גלאַט מענטשן אױף דער װעלט, זאָלן מער לאַכן אײדער װײנען. לאַכן איז געזונט. דאָקטױרים הײסן לאַכן…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.