הײַנט איז שװער צו זאָגן, װאָס האָט געהאַט אין זינען װיליאַם שייקספּיר, װען ער האָט אַ זאָג געטאָן, אַז די גאַנצע װעלט איז אַ טעאַטער. צי האָט ער געהאַט אין זינען, אַז אַלע מענטשן „שפּילן‟? צי אפֿשר האָט ער געמײנט דערמיט, אַז די װעלט איז צעטײלט פּונקט אַזױ װי דער טעאַטער, דהײַנו — פֿון אײן זײַט, געפֿינען זיך אױף דער בינע די אַקטיאָרן, װעלכע „פּערען‟ אײַך אַרײַן אַ שטיקל אילוזיע, און פֿון דער צווייטער זײַט, אַנטקעגן די אַקטיאָרן, זיצט דער צושױער, װעלכע װאַרטן מע זאָל אים „אַרײַנפּערען‟ אַ שטיקל אױסגעטראַכט לעבן, ס’הײסט, אַ שטיקל אילוזיע.
אַזױ צי אַנדערש, נאָר די נײַגערישע האָפֿענונג, אַז די שױשפּילער װעלן אײַך װײַזן עפּעס „אַזױנס װי אַזעלכעס‟, טרײַבט דעם פּובליקום אין טעאַטער אַרײַן צו געניסן פֿון אַן אילוזיע, װעלכע, װי באַװוּסט, איז אַן אײגענע שװעסטער פֿון אַ נס.
איך דאַרף זיך מודה זײַן, אַז פֿון אַלע בינע־קונסטן איז די באַליבסטע בײַ מיר דער צירק. אַז איך זע עפּעס אַ שטיקל צירק, פֿיל איך זיך, װי אַן עדות פֿון מעשׂה־בראשית. און אַז איך זע אַ ספּעקטאַקל פֿון אַ גוטן אילוזיאָניסט, בין איך גרײט צו זיצן און װײנען פֿון גליק, װײַל אין אַ שײנעם פֿאָקוס דערפֿיל איך אַ שטיקל „געטלעכקײט‟, גאָט זאָל מיך ניט באַשטראָפֿן פֿאַר די אַפּיקורסישע רײד. ס’איז דאָך בכלל ניט קײן חידוש, אַז ס’רובֿ גרױסע אילוזיאָניסטן זײַנען ייִדן. און אין דעם פֿאַקט שטעקט, לױט מײַן מײנונג, דער סודותדיקער װוּנדער פֿון מתּן־תּורה אױפֿן באַרג סיני.
איר קענט זיך ניט אַפֿילו פֿאָרשטעלן, װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ איז געװען בײַ מיר, װען דאָ ניט לאַנג האָב איך געזען אַ פֿילם װעגן דעם הײַנטצײַטיקן אַמעריקאַנער אילוזיאָניסט סטיװ כּהן, װעלכער האָט געשטעלט פֿאַר זיך אַ ציל — איבערחזרן, אױף אַ מאָדערנעם אופֿן, די קרױן־פֿאָקוסן פֿון די גרױסע װעלט־אילוזיאָניסטן, װעלכע ס‘האָט ניט געקענט איבערחזרן ביז אַהער קײן אײן אַנדערער אילוזיאָניסט אױף דער װעלט. און אָט איז אײנער פֿון די גרױסע פֿאָקוסן…
אין דער צײַט פֿונעם פֿראַנצײזישן קעניג נאַפּאָלעאָן דער דריטער האָט אױסגעבראָכן אַן אױפֿשטאַנד פֿונעם מיליטאַנטישן בערבערישן שבֿט מוראַביטן קעגן דער פֿראַנצײזישער קאָלאָניאַלער מאַכט אין אַלזשיר. קײן בלוטיקע רעפּרעסיעס האָבן ניט געהאָלפֿן, און דאַן האָט דער קעניג געשיקט קײן אַלזשיר דעם גרױסן פֿראַנצײזישן אילוזיאָניסט מעסיע ראָבער־אודען, אַז יענער זאָל איבערצײַגן די מוראַביטן מיט אַ פֿאָקוס, װעלכער װאָלט באַװיזן, אַז די פֿראַנצױזן זײַנען בעלי־מופֿת און קענען כּל־מיני „געטלעכע‟ שטיקלעך.
גוט, קומט מעסיע ראָבער־אודען קײן אַלזשיר און שיקט אַ מעלדונג די זקני־שבֿט מוראַביטן, אַז אין אַזאַ און אַזאַ טאָג, אין אַזאַ און אַזאַ אָרט אין מידבר װעט ער זײ דעמאָנסטרירן דעם „געטלעכן‟ כּוח פֿון דער פֿראַנצײזישער קרױן. מילא, קומען זיך צונױף די בכּבֿודיקסטע און קרעפֿטיקסטע מענער פֿונעם שבֿט, און מעסיע ראָבער־אודען שטעלט אַװעק אױף דער ערד אַ פּשוטן קאַסטן און בעט דעם קרעפֿטיקסטן בערבערער, אַז יענער זאָל אױפֿהײבן דעם קאַסטן.
װײס איך װאָס, אױך מיר אַ װוּנדער… עס קומט צו אַ ריז און הײבט אױף דעם קאַסטן מיטן קלײנעם פֿינגער. גוט, זאָגט מעסיע ראָבער־אורען, און איצט װעל איך פֿאַרכּישופֿן דעם קאַסטן, און דאַן גיט װידער אַ פּרוּװ אים אױפֿצוהײבן; און דער אילוזיאָניסט מאַכט אַ פּאָר פּאַסן מיט די הענט איבערן קאַסטן. גײט װידער צו דער ריז צום קאַסטן און שלעפּט אים פֿון דער ערד און רוקט אים אין אַלע זײַטן, און װערט ממש צעפּלאַצט פֿון אָנשטרענגונג — אַ נעכטיקער טאָג… און דער ריז פֿאַלט חלשות אױף דער עדר לעבן דעם קאַסטן.
דאַן קומט צום קאַסטן צו דער מעסיע ראָבער־אודען און גראַציעז הײבט אױף דעם קאַסטן מיט אײן פֿינגער. איך מײן, אַז ס’װעט זײַן איבעריק צו זאָגן, אַז אין דעם־אָ מאָמענט איז געקומען דער סוף צום אױפֿשטאַנד פֿון די מוראַביטן קעגן דעם פֿראַנצײזישן קעניג.
סטיװ כּהן האָט געפֿינען „פֿון װאַנען ס‘װאַקסן די פֿיס‟, און איבערגעחזרט מעסיע ראָבער־אודענס פֿאָקוס, אױף אַ מאָדערנעם אופֿן, אינעם גרױסן ניו־יאָרקער ספּאָרטזאַל, און טאַקע מיט אײנעם פֿון די גרעסטע אַמעריקאַנער אַטלעטן, װעלכער האָט שיִער ניט געװײנט פֿון פֿאַרדראָס, נאָר ניט געקענט אָפּרײַסן פֿון דער ערד די „פֿאַרכּישופֿטע‟ שטאַנגע, װאָס מיט אַ מינוט צוריק האָט ער זי אױפֿגעהױבן מיט אײן האַנט, װי אַ שפּילעכל…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.