אין דער גאָר לעצטער צײַט איז אױף אונדזער ליטעראַרישן מאַרק געװאָרן אַקטועל אַ מין חלאַת ר”ל, װאָס איך האָב קײן אַנדער נאָמען נישט פֿאַר איר װי — ליטעראַרישע היפּאָכאָנדריע!
מען שרײַבט, און מען שרײַבט, און מען שרײַבט —
מען דרוקט, און מען דרוקט, און מען דרוקט —
און אַלע אױף אײן קול:
— אינדז גײַע־מאָ־אינטאָ! (אױפֿן פּױלישן דיאַלעקט) און — מיר גײען אונטער (אױף ליטװיש).
װאָס גײט אונטער? װער גײט אונטער? פֿון װאַנען נעמט זיך די פּאַניק?
איך װײס נישט װער עס איז געװען דער איניציאַטאָר און דער באַגײַסטערער פֿון דער מרה־שחורהדיקער אַרמײ.
צו דעם ענין האָבן שױן אױך צוגעלײגט זײערע טאַלאַנטירטע הענט: לײװיק, גלאַזמאַן, מנחם. און לױט מײַן אָריענטירן זיך אין ראַװיטשן — רעדט אױך ער װעגן דעם אינעם דיסקוסיע־אַרטיקל “װעגן די פּערספּעקטיװן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור”.
דאַכט זיך, מאָדערנע מענטשן — מײַנע ליבע חבֿרים — און דאָך, זאָלן זיי מיר מוחל זײַן, אַזעלכע װײנערס, אַזעלכע קלאָגמוטערס פֿון מאַנצבילשן געשלעכט…
און אַ קאָנסעקװענץ? אַ קאָנסעקװענץ — אָפּגעהיטן זאָל מען װערן — אַ רײן־װײַבערישע! אַ נערװעזע! אַ בשום־אופֿן נישט אױסגעהאַלטענע!
לײענט מען ברוך גלאַזמאַנס װידױ “פּיאָנערן”*, דאַכט זיך אױס: אָט־אָט פֿאַלן זײ, די אַמעריקאַנער הימלען, אױף אונדזערע אײנזײַטיקע פּיאָנערן, און ס׳עקט זיך אונדזער… ביכערװעלט…
…בײַ אונדז, פּונקט להיפּוך, האָבן נאָך אַ תּיקון, אַ צו גרױסן תּיקון, פֿאַרשײדענע מינדערװערטיקײטן אױפֿן ליטעראַרישן, מוזיקאַלישן, מאָלערישן און טעאַטראַלישן געביט!
נישט צו פֿאַרזינדיקן!
און אַז גוטע ביכער גײען שלעכט — אַ גוט בוך מוז האָבן אַ גוטן לײענער, אַ גוט בוך מוז האָבן אַ דערצױגענעם, דאָס איז גאָר נישט קײן חידוש, לײענער.
איך װעל געבן נאָענטע בײַשפּילן:
אַז מען חזרט אין דער שול אױף אױסנװײניק, “דזשיאַדי” — קאָן מען דערנאָך תּופֿס זײַן “טשיהאַניע נאַ באָגאַ”.
אַז איך האָב, בעװנותינו־הרבים, געזוברעװעט** אױף אױסנװײניק “פּאָלטאַװע”, “טשודען דניעפּר” און שטיקער פֿון “דעמאָן” — האָב איך שפּעטער הנאה געהאַט פֿון יעסענינען, פֿון לײװיקן, גלאַזמאַנען, בראָדערז… (אַך, מײַן גאָט, װי אומבאַשײדן!) און איך האָב געװוּסט, װי צו ליבן און לױבן מײַנע ייִנגערע און עלטערע קאָלעגן אױף בײדע זײַטן פֿונעם ים, און װי נתפּעל װערן פֿון דער הערלעכער “כּישוף־מאַכערין פֿון קאַסטיליע”…
…עפּעס מיר נישט, דיר נישט, הײבן מיר זיך אָן צו פּילפּולען װעגן דעם “קיום פֿון אומה און שפּראַך”, און מיר באַיאָמערן זיך און מיר באַקלאָגן זיך, און מיר מאַכן זיך רעקלאַמע דאָרט, װוּ מיר דאַרפֿן עס לחלוטין נישט האָבן!
מען קאָן דאָך נישט קומען מיט אמתער ליבע צום פֿאָלק, און זאָגן: קױף מיך… קױף מײַנע ביכער!…
אײן זאַך מוז אָבער פֿאַר אונדז קלאָר זײַן, אַז אױב דאָס פֿאָלק “קױפֿט” אונדז נישט, אַפֿילו בײַ די גרעסערע יללות און שטומע פֿאָרװאָרפֿן — איז עס נאָר אַ באַװײַז, אַז עס האָט נישט פֿאַר װאָס. זײ װילן נישט טרינקען שאַמפּאַניער און באַגנוגענען זיך מיט עפּלקװאַס!
אַז דאָס פֿאָלק אָבער דאַרף אונדז, מוז אונדז, צוזאַמען מיט אונדזער ליטעראַטור און שפּראַך, האָבן — איז אױך דאָ אַ סימן.
והאָ־ראַיה — מיר זײַנען!
טאָ, װאָס באַדײַט עס, אױב אַזױ, דאָס שטענדיקע צולײגן צו דער נאָז אַ פֿעדער און דאָס אױספּרוּװן, צי מיר לעבן נאָך צי ניט?
צו װאָס שרעקן און אָנװאַרפֿן אַ פּחד און אַרומגײן מיט טרױעריקע מתים־פּנימער?
און צו װאָס זיך אַלײן טרײסטן מיט פּילפּול?
פּױלן, 1924
* „ביכערװעלט” נ׳ 2, װאַרשע
** געלערנט, צו קענען “װי אַ װאַסער”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.