Oyneg Shabes

מע זאָל ניט זינדיקן מיט די רייד

Sinfully Funny

  • Print
  • Share Share

אַ זכות

אין געוויסע שטעט איז געווען אַמאָליקע צײַטן אַ מינהג ניט צו באַגראָבן אַ מת ביז מען זאָגט ניט אויף אים עפּעס אַ זכות. האָט זיך געמאַכט אין אַ שטאָט, אַז ס’איז געשטאָרבן איינער אַ גרויסער בעל־עבֿירהניק, וואָס קיינער האָט ניט געקענט אויף אים געפֿינען קיין שום זכות. אַ פּאָר טעג איז דער מת אַזוי געלעגן און מע האָט אים ניט געקענט מקבר זײַן, ביז ס’איז געקומען איינער און האָט מודיע געווען:

— רבותי, איך האָב צו זאָגן אַ זכות אויף דעם מת: איך ווייס, אַז ער האָט געלאָזט אַזעלכע בנים, וואָס אַקעגן זיי איז ער אַ צדיק.


דרײַ שטערן אין הימל

שבת פֿאַר נאַכט איז אַ יונגערמאַן אַרײַן צו זײַן פֿרײַנד און האָט געטראָפֿן זײַן פֿרײַנדס ווײַב מאַכנדיק קולות און גוואַלדן, און שילטנדיק זײַן חבֿר. נעמט דער גאַסט אַרויס אַ פּאַפּיראָס און פֿאַררייכערט.

— ס’איז נאָך ניט רעכט צו רייכערן, — מוסרט אים דער פֿרײַנד. — קיין איין שטערן זעט מען נאָך ניט.

— אַז דער גיהנום עפֿנט זיך, מעג מען שוין, — האָט דער גאַסט געענטפֿערט.


אויך אַ שטר־מכירה

אַ חסיד, אַ לאָדזשער פֿאַבריקאַנט, האָט מען געפֿרעגט:

— מילא, אײַער פֿאַבריק אַרבעט אום שבת, האָט איר דערויף אַ שטר־מכירה, אַז זי געהערט צו אַ גוי, אָבער די טאָכטער אײַערע, ווי קומט עס וואָס איר לאָזט זי מחלל־שבת זײַן?

— פֿרעגט נישט, — האָט ער געענטפֿערט, — מײַן טאָכטער געהערט אויך צו אַ גוי.


אַ בעל־זכּרון

ר’ איצעלע וואָלאָזשינער איז געווען זייער אָפּגעהיט אין שמירת־הלשון. האָט זיך אָפּגעהיט אַפֿילו פֿון אבֿק לשון-הרע, ניט זאָגן חלילה אויף קיינעם אַ קרום וואָרט. איז אים איין מאָל אויסגעקומען צו זאָגן אויף איינעם, אַז יענער איז אַ שקרן. הײַנט גיי זאָג אויף יענעם אַזאַ וואָרט. ווי קאָן מען דאָס? האָט ער אַזוי געזאָגט: יענער איז אַ גוואַלדיקער בעל־זכּרון. פֿאַראַן אַ מענטש וואָס געדענקט וואָס איז געשען פֿאַר צען יאָר, אַן אַנדערער — וואָס איז געשען פֿאַר צוואַנציק יאָר. גרויסע בעלי־זכרונות געדענקען פֿון פֿאַר פֿופֿציק יאָר. יענער געדענקט אָבער זאַכן, וואָס זײַנען קיין מאָל ניט געשען.


וואָס פֿאַרשטייט דער ספֿרדישער רבֿ?

אַ ייִד האָט פֿאַרזינדיקט מיט אַ שיקסע. איז ער אַוועק צום ספֿרדישן רבֿ און האָט אויסגעדריקט חרטה אויף זײַן עבֿירה. דער רבֿ האָט אים געקנסט מיט פֿופֿציק שקל פֿאַר דער שיל.

דער ייִד איז אַרויס פֿונעם רבֿ און האָט ניט געקענט משלים זײַן מיט אַזאַ לײַכטן קנס; איז ער אַוועק צום אַשכּנזישן רבֿ. דער אַשכּנזישער רבֿ האָט באַשטראָפֿט דעם ייִד מיט צוויי טויזנט שקלים לטובֿת דער שיל.

דערציילט דער ייִד וועגן דער לײַכטער שטראָף פֿון דעם ספֿרדישן רבֿ. רופֿט זיך אָן דער אַשכּנזישער רבֿ: „וואָס זשע, דער ספֿרדי קאָן דען פֿאַרשטיין דעם טעם פֿון אַ שיקסע?‟


רעלאַטיוויטעט

צוויי אַרעסטאַנטן מאַכן זייער טעגלעכן שפּאַציר אין הויף פֿון דער תּפֿיסה.

פֿרעגט איינער זײַן חבֿר: „וואָס איז דאָס אַזוינס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע?‟

ענטפֿערט דער אַנדערער: „אַיאָ, מיר גייען? — אָבער מיר זיצן‟.


על חטא…

אַן אַלטער ייִד שטייט יום־כּיפּור אין שיל און דאַוונט מיט גרויס התלהבֿות. אָבער ווען ס’קומט צו די על־חטאס פֿאַרמאַכט ער דעם מחזור. פֿרעגט מען אים, פֿאַר וואָס ער טוט דאָס?

ענטפֿערט דער זקן: „וואָס פֿאַר אַן עבֿירות, מישטיינס געזאָגט, קען איך נאָך אָפּטאָן, חוץ אָנרירן אַ לײַכטער אום שבת?‟


קדיש

אַ זון האָט געזאָגט קדיש נאָך זײַן טאַטן אַ גאַנץ יאָר. שפּעטער, אַז די מאַמע זײַנע איז געשטאָרבן, האָט ער גאָר קיין קדיש ניט געזאָגט. פֿרעגט מען אים: היתּכן? ענטפֿערט ער: אַ גאַנץ יאָר האָב איך געאַרבעט אַרײַנצוברענגען דעם טאַטן ע”ה אין גן־עדן. אַז איך וועל איצט אויך זאָגן קדיש, וועל איך דאָך מאַכן פֿון גן־עדן אַ גיהנום פֿאַר אים…


ווען מע מעג הנאה האָבן

איינער אַן אַפּיקורס האָט אויסגעפֿונען אַ היתּר מדאורײַתא:

אין דער תּורה שטייט דרײַ מאָל „לא תבשל גדי בחלב אמו‟. זאָגן דערויף חז”ל, אַז איינס מיינט אָסור צו קאָכן, איינס — אָסור צו עסן און ס’דריטע מאָל מיינט אָסור הנאה צו האָבן.

דערקעגן „לא תינאף‟ שטייט נאָר צוויי מאָל. הייסט עס: מע טאָר ניט קאָכן, נישט עסן, אָבער הנאה האָבן מעג מען.