■ אַלפֿרעד היטשקאָק, װי באַװוּסט, איז געװען אַ גרױסער רעזשיסאָר און דערצו נאָך, אַ גרויסער פֿרעסער. אײן מאָל האָט מען אים אײַנגעלאַדן צו אַ װעטשערע; און די װעטשערע איז געװען, װי מע זאָגט, בײַ די ייִדן, אַ קאַרגע װעטשערע. היטשקאָק איז געבליבן הונגעריק. אַז ס’איז געקומען צום דעסערט און מע האָט דערלאַנגט קאַװע — פֿאַרשטײט זיך, אָן געבעקס — האָט דער באַלעבאָס זיך אָנגערופֿן:
— הער היטשקאָק, איך האָף זײער, אַז אין גיכן װעט איר װידער קומען עסן מיט אונדז.
— מיט פֿאַרגעניגן, — האָט זיך דערפֿרײט היטשקאָק, — אָט בין איך שױן דאָ ווידער. לאָמיר אָנהײבן גלײַך אױפֿן אָרט.
■ װען דער גרױסער מאַטעמאַטיקער דזשאָרדזש דאַנציג איז געװען אַ סטודענט, פֿלעגט ער שטענדיק פֿאַרשפּעטיקן צו די לעקציעס, װײַל ער האָט געלערנט ביז שפּעט בײַ נאַכט און אים איז געװען שװער אױפֿצושטײן אין דער פֿרי. אײן מאָל האָט ער פֿאַרשפּעטיקט אױף אַ האַלבער שעה צום פּראָפֿעסאָר נײמאַנס לעקציע. דאַנציג האָט איבערגעשריבן פֿונעם טאָװל אין זײַן העפֿטל אַ פּאָר מאַטעמאַטישע אױפֿגאַבעס, װעלכע ער האָט דערזען אױפֿן טאָװל און געמײנט, אַז דאָס איז אַ הײם־אַרבעט. װי אַ פֿלײַסיקער סטודענט, איז דאַנציג אָפּגעזעסן אין אָװנט אַ פּאָר שעה איבער די אױפֿגאַבעס און אױף מאָרגן געבראַכט דעם פּראָפֿעסאָר נײמאַן אַ פֿאַרטיקע לײזונג צו די בײדע אױפֿגאַבעס. דער פּראָפֿעסאָר איז געפֿאַלן חלשות. דזשאָרדזש דאַנציג, האָט צוליב זײַן פֿאַרשפּעטיקונג נישט געוווּסט, נעבעך, אַז דער פּראָפֿעסאָר נײמאַן האָט אױפֿגעשריבן אױפֿן טאָװל, װי אַ מוסטער, צװײ ניט־דערלײדיקטע מאַטעמאַטישע אױפֿגאַבעס, איבער װעלכע די מאַטעמאַטיקער דרײען זיך דעם קאָפּ שוין אַריבער צװײ טױזנט יאָר.
■ דזשאַקאָמאָ פּוטשיני איז געװען אַ גרױסער װיצן־טרײַבער. אײן מאָל איז ער געלעגן אין אַ שפּיטאָל מיט אַ צעבראָכענעם פֿוס. זײַנע פֿרײַנד זײַנען גלײַך געקומען באַזוכן דעם קראַנקן קאָמפּאָזיטאָר, נאָר אױף חידושים האָבן זײ געטראָפֿן פּוטשיני ממש אַ גליקלעכן, אַ פֿרײלעכן, מיט ברענענדיקע אױגן:
— אַ דאַנק אײַך, מײַנע טײַערע פֿרײַנד, וואָס איר זענט געקומען. איך בין אַזױ גליקלעך, איר קענט זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן. איך װיל אײַך מודיע זײַן, אַז מע האָט אָנגעהױבן צו אַרבעטן איבער מײַן דענקמאָל.
— װאָס הײסט? רעד נישט קײן נאַרישקײטן!
— איך שפּאַס נישט, — האָט געענטפֿערט פּוטשיני און אַרױסגעשטעקט פֿון אונטער דער קאָלדרע דעם פֿאַרבאַנדאַזשירטן פֿוס, — גיט אַ קוק, מע האָט שױן געמאַכט אַ גיפּס־אָפּדרוק פֿון מײַן רעכטן פֿוס.
■ מע דערצײלט, אַז סטיװ דזשאָבס האָט אײן מאָל צונױפֿגערופֿן אַלע זײַנע נאָענטע פֿרײַנד און מיטאַרבעטער, און זײ געבעטן צו העלפֿן אים אין אַ גאָר װיכטיקער זאַך, דהײַנו: צו געפֿינען אַ פּאַסיקן נאָמען פֿאַר זײַן נײַער פֿירמע. מע דאַרף זאָגן, אַז די חבֿרה זײַנען געװען נישט קײן פּשוטע מענטשן, נאָר גאָר גרױסע בעלנים אױף אױסטראַכטן און צוטראַכטן. נו, איר װײסט דאָך װי עס פֿלעגט פֿאָרקומען אין כעלעם מיט זײערע אַסיפֿות. מע זיצט זיבן טעג און זיבן נעכט און מע האַלט אין אײן קלערן און טראַכטן. מע לײגט פֿאָר דאָס און יענץ, נאָר דזשאָבסן קײן אײן נאָמען געפֿעלט נישט — דאָס איז באַנאַל, און יענץ איז צו קלוג. בקיצור, סטיװ דזשאָבס איז געװאָרן אין כּעס, ער האָט אָפּגעביסן פֿון אַן עפּל און אױסגעשריִען: „װאָס הײסט?… אַזעלכע קלוגע קעפּ, און איר קענט נישט צוטראַכט אַ פּאַסיקן נאָמען פֿאַר אַ נײַער פֿירמע? אױב אין משך פֿון אַ מעת־לעת װעט איר נישט פֿאָרלײגן מיר עפּעס בעסערס, װעל איך אָנרופֿן די פֿירמע ׳אַן עפּל׳‟.
נו, נו… איצט זעט איר, אַז קײן אײן גוטע זאַך גײט נישט אָן אַן עפּל. איר גלײבט מיר נישט? פֿרעגט בײַ איציק ניוטאָן אָדער בײַ אונדזער עלטער־מוטער חוה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.